לדלג לתוכן

גריצע

פֿון װיקיפּעדיע
גריצע
Grójec
הויפט פלאץ, מיט מאנומענט צו קרבנות פונעם צווייטן וועלט קריג
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 11טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 51°52′N 20°52′E / 51.867°N 20.867°E / 51.867; 20.867קאארדינאטן: 51°52′N 20°52′E / 51.867°N 20.867°E / 51.867; 20.867
וואיעוואדעשאפט מאזאוויע
דיסטריקט גריצער דיסטריקט
בירגערמייסטער יאַצעק סטאלאַרסקי
שטח 8.52 קוואדראט ק"מ
הייך 153 מעטער

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

14,990‏  (שטייענדיג 2006)
1,800 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.grojecmiasto.pl

גריצע (פּויליש: Grójec; רוסיש: Груец גרויעץ) איז א שטעטל אין פוילן, 42 ק"מ דרום פון ווארשע. עס איז די הויפטשטאט פונעם גריצער דיסטריקט, מאזאוויער וואיעוואדעשאפט, און זי באדעקט א שטח פון 8.52 קוואדראט ק"מ. אין 2004 האט גריצע געהאט 14,875 איינוואוינער.

גריצע געפינט זיך מערב פונעם ווייסל, אויף דער ווארשע-ראדעם-קעלץ-קראקע שאסיי, 42 ק"מ פון ווארשע און 56 ק"מ פון ראדעם.

די יידישע קהילה פון גריצע ווערט דערמאנט אינעם פינקס פון דעם וועד ארבע ארצות אין 1754. אין 1810 האבן געוואוינט אין גריצע 150 יידישן אין א באפעלקערונג פון 600.

די יידישע באפעלקערונג פון גריצע האט געציילט 3,723 איינוואוינער אין 1827, און 4,922 אין 1921.‏[1] ווען פוילן איז געווארן זעלבשטנעדיק אין 1918, זענען 70% פון די איינוואוינער פון גריצע געווען יידן.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאציס אויפגעשטעלט אין גריצע א יידישע געטא. סעפטעמבער 1942 האבן זיי ליקווידירט די געטא, און די 6,000 איינוואוינער האט מען אריבערגעפירט אין דער ווארשעווער געטא. פון דארט זענען כמעט אלע אומגעקומען אין טרעבלינקע.


באוואוסטע מענטשן פון גריצע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. "גריצע", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  • מגילת גריצע, י.ב.אלטערמאן