ווארקא (הויף)
ווארקא אין פוילן איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האט רבי איציקל ווארקער, געגרידערט זיין חסידישן הויף, וועלכעס האט זיך פארצווייגט און פארשידענע חסידישע הייפער, אלעקסאנדער, אמשינאוו, און סטריקאוו.
דער הויף[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונם פון פרשיסחא, זענען מערסטנסטייל פון די פרשיסחא חסידים אריבער קיין קאצק צו דעם קאצקער רבין. א טייל פון די חסידים זענען אבער פארבליבן אין פרשיסחא און אויפן אנווייז פון רבי איציקל ווארקער האבן זיי אויפגענומען רבי אברהם משה באנהארד דער זון פון רבי שמחה בונם אלס רבין. צווי יאר שפעטער נאך דער פטירה פון רבי אברהם משה האבן די חסידים אויפגענומען רבי איציקל ווארקער אלס רבין, נאך פארשידענע וואנדערונגן האט רבי איציקל זיך באזעצט אין ווארקע און דער אוועקגעשטעלט זיין בית המדרש און חסידישן הויף, און אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים. אנדערש וואו ביי אנדערע חסידישע היייפער איז די ווארקער רביסטעווע נישט אריבער דירעקט צו די קינדער, די רביסטעווע איז אריבער פון רבי צו תלמיד.
רבי איציקל ווארקער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי, איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל זאלאשין, לעבן קאליש אין מערב פוילן. ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון מאיר פון זשאריק. ער האט זיך דערנענטערט צו חסידות דורך רבי דוד בידערמאן פון לעלאוו וואס האט אים געברענגט צום הויף פון דעם חוזה פון לובלין, וואו ער האט דערקענט דעם ייד הקדוש פון פרשיסכע.
נאך דער פטירה פון רבי דוד לעלאווער אין תקע"ג, דעם ייד הקדוש אין תקע"ד און דעם חוזה אין תקע"ה, האט רבי איציקל מקבל געווען די הנהגה פון דעם רבי ר' בונם, און ער איז געווען איינער פון די גרעסטע פון זיינע תלמידים.
רבי איציקל ווארקער איז געווען באקאנט ווי אן עסקן, און ער האט אסאך געפועלט אין כלל ענינים אין פוילן מיט רבי יצחק מאיר אלטער (שפעטער געווארן רבי אין גער). אין 1846 האט ער געטראפן משה מאנטיפיארי און האט געפרואווט אים איינפלוסן צו קעמפן קעגן די גזירות וועגן טראגן דאס יידישע לבוש. רבי איציקל איז נפטר געווארן כ"ב ניסן ה'תר"ח (1848) און באערדיקט געווארן אין דער ווארקער בית החיים. א ביסל פון זיינע תורות און עובדות זענען געדרוקט אין דעם ספר אהל יצחק.
ווארקער רביס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי
- רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצע
- רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש, דער מיטלער ווארקער רבי
- רבי דוב בעריש לאנדא פון ביאלא
רבי איציקל ווארקער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי ישראל יצחק קאליש זצ"ל (ה'תקל"ט - כ"ב ניסן ה'תר"ח), רבי אין ווארקע, באקאנט אלס רבי איציקל ווארקער.
- רבי יעקב דוד קאליש ( - ד' כסליו ה'תרל"ח), רבי אין אמשינאוו.
- רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש ( - ט"ז סיון ה'תרכ"ח), רבי אין ווארקע, דער מיטלער ווארקער רבי.
- רבי שמחה בונם קאליש ( - כ"ב תמוז ה'תרכ"ב), פון אטוואצק.
- רבי שמעון קאליש ( - כ' תשרי ה'תרמ"ז), פון סקערנעוויץ.
- מרת שרה העניא, די ווייב פון רבי יעקב יהודה טענענבוים.
- מרת יוטא, די ווייב פון רבי נחמיה פון ווארקא.
- מרת צפורה, די ווייב פון רבי צבי מרדכי באנהארד.
- מרת דבורה, די ווייב פון רבי אהרן זאקהיים, פון נאדערזין
- מרת שרה חוה, די ווייב פון רבי ישראל צבי, רב אין ביאלאבזשעג
- מרת בלומא, די ווייב בזיווג ראשון פון רבי אברהם מושקאט.
רבי שרגא פייוול פון גריצא[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אלעקסאנדער (הויף)
חסידישע הויפן | ||
---|---|---|
אוקראינע: | ||
פוילן: | ||
מזרח-גאליציע: | ||
מערב-גאליציע: | ||
וואלין: | ||
ליטע/רייסן: | ||
רומעניע: | ||
אונגארן: | ||
אמעריקע: | ||
ירושלים: | ||
אנדערע: |