סאטמאר (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער ארטיקל דיסקוטירט דאס חסידות. אויב איר זוכט די שטאט, זעט סאטמאר (שטאט).

סאטמאר איז א חסידות געגרינדעט דורך רבי יואל טייטלבוים, רב אין סאטמאר, זיבנבערגן. היינט וואוינען די חסידים בעיקר אין וויליאמסבורג, ניו יארק, און אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק, ווי אויך זענען דא סאטמארער חסידים אין אנדערע פרומע ישובים איבער דער וועלט. זיי זענען בעיקר באקאנט מיט זייער שטארקע קעגנזאץ צו ציוניזם וואס ר' יואל האט שטענדיק שטארק געשטורמט קעגן דער גרינדונג און אידעאלאגיע פון ציוניזם. די סאטמארער חסידים זענען בעיקר פונעם אונגארישן און ראמענישן אפשטאם.

רבי יואל טייטלבוים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – יואל טייטלבוים

און יאר תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, ר' אליעזר דוד גרינוואלד, דער קרן לדוד, איז דאן ווידער ערוועקט געווארן די געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל פאר רב, ר' יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגער און חסידים, נאך געציילטע יארן פון מיינונגס פארשידנהייטן און א דין תורה איז ר' יואל אויפגענומען געווארן פאר רב, און איז זיך געקומען באזעצן אין שטאט און יאר תרצ"ד.

סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזנטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט און סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט ניסן תש"ד קאנצעטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין אוישוויץ הי"ד.

אדמורי"ם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רבי יואל טייטלבוים , דער מייסד פון די הייליגע מוסדות, איז נסתלק געווארן אום יום כוא"ב (כ"ו אב) תשל"ט, און זיין ציון הקדוש איז אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל, איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק אמת.

די סאטמאר רבי'ס, לינקס רבי יואל טייטלבוים, רעכטס זיין נעפיו, רבי משה טייטלבוים

נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלימעניק הגה"ק רבי משה טייטלבוים וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט, ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל'ען צו די הייליגע תורה אימפעריע בכל קצווי תבל.

רבי משה טייטלבוים , דער מנהיג פון די סאטמארער מוסדות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו ניסן ה'תשס"ו, און איז נטמן געווארן אינעם אוהל אין קרית יואל,

נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסטער זון רבי אהרן טייטלבוים אין קרית יואל און זיין זון רבי זלמן לייב טייטלבוים אין װילימסבורג

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידן ובראשם הר"ר יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי - סאטמאר איז א שטאט אין טראנסליוואניע וואו דער אדמו"ר איז געווען רב - נאכ'ן אנגעקומן אהין שוין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקע, אין זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ'האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבען צו בויען מוסדות וכו' אין נאך פיל מיה און פלאג האבן מענטשן אנגעהויבן צו קומען דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר (דאן א קליין בית המדרש'ל), אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים.

סאטמאר האט צוביסליך איינגענומען וויליאמסבורג, און געוויסע רבנים און אדמורי"ם האבן זיך געפילט ענג און זיך אוועקגעצויגן פרייוויליגערהייט פון וויליאמסבורג, ווי האדמו"ר מקראסנא און האדמו"ר מסקווירא און האדמו"ר מקיווייאשד און נאך.

קנאות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

סאטמאר, באקאנט אין דער וועלט פאר איר אומ'פשרה'דיגן דרך און שטארקער אנטי ציוניזם, איז געגרינדעט געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים, זייענדיג רב אין דער שטאט סאַטמאר אין ראמעניע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה.

סאטמאר'ס פשרה'לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך פונעם חתם סופר.

סאטמאר האט באוויזן נאכ'ן קריג אין אמעריקע אויפצושטעלן אן פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגעניזאציעס פאר חינוך און געזעגשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט. סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע חסידות'ן און רבי'שע הויפן איבער דער וועלט.

צדקה וחסד[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאנצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים, זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי, ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה, און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער.

דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים, ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק.

די סאטמארער רביצין הרבנית הצדיקת אלטא פייגא ע"ה האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה, און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויסבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע, ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס'איז היינט.

דער רבי און די רביצין האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט אומצאליגע ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין אלערליי שווערע אומשטענדן, צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט, רב טוב, ביקור חולים, און נאך פיל אנדערע.

מוסדות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

סאטמאר האט בתי מדרשים מוסדות געשפטען מקוואות קעמפס און נאך פילע זאכן.

בתי מדרשים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

17 בתי מדרשים, צווישן זיי

  • ראדני
דער ביהמ"ד אויף ראדני סט. איז דער עלטסטער בית המדרש (חוץ דער קליינער בית המדרש אין הויס פון ר' יואל טייטלבוים ערשטער סאטמאר רב,) טייל אידן האבן א ספעציעל געפיל צו דעם ביהמ"ד וואס רבינו הק' בעל ויואל משה האט אין דעם געדאוונט.

דער גרעסטער סאטמארער בית המדרש איז דער נייער בית המדרש אויף הופער סטריט וועלכע איז געבויט געווארן תיכף נאך די פטירה פון רבי משה מסאטמאר זי"ע פאר די געברויך פון חסידי ר' אהרן וועלכע זענען געבליבן בית המדרש'לאז נאכדעם וואס זיינע שונאים האבן ארויסגעכאפט דעם ראדני בית המדרש דורך פארשידענע לעגאלע פראצעדורן און עס איבערגעגעבן אין די הענט פון זיין ברודער ר' זלמן לייב, וועלכע האט דערנאך איבערגעפרישט דעם ראדני בית המדרש און אנגעפילט מיט גרעסערע טישן און בענק אנשטאט די קליינע שטענדערס ווי אויך צוגעלייגט מערע דורכגענע בכדי צו קענען גרינגער אנפילן דעם בית מדרש לכבוד ולתפארת ווי אויך האבן ביידע זייטן עטליכע הערליכע קלענערע בתי מדרשים אין אלע געגנטער פון שטאט.

קרית יואל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  • 16 גארפילד (ר' אהרן)
דער צענטראלער ביהמ"ד הג' ייטב לב אין קרית יואל געבויט דורך די ראשי הקהילה פון סאטמאר, אינעם ביהמ"ד געפונט זיך דער ״היכל ראזנבערג״ וואס איז באוויסט מיט אירע טויזנטער לומדים א טאג.

און נאך 13 בתי מדרשים.

אויך בתי מדרשים אין בארא פארק, מאנסי, לייקוואוד, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, ירושלים, און בני ברק.

מוסדות התורה והחינוך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

וויליאמסבורג
תורה ויראה ובית רחל זאלונים
א ריזן אימפיריע מיט קרוב צו [10000] צען טויזנט תלמידים קע"ה אינגלעך מיידלעך און בחורים.
תורה ויראה ובית רחל ארונים
קרית יואל
תורה ויראה ובית רחל
ויואל משה ובית רחל
בני יואל
מאנסי
תורה ויראה ובית אסתר
בארא פארק
תורה ויראה ובית רחל
מאנטריאל
תורת משה ובית אסתר
לאנדאן
אנטווערפן
ירושלים
בני ברק

כוללים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די רבי ז"ל האט לויט וועסיעס נישט געהאלטן פון א כולל,

וויליאמסבורג
תהילת יואל
די כולל תורה ויראה אין תהילת יואל אדער ווי אנדערע ריפן עס קינגס טעררעס איז די גרעסטע כולל אין וויליאמסבורג און פארמוגט קרוב צו 500 אינגעלייט.
קיעפ סט.
הופפער
קרית יואל
בארא פארק
מאנסי
כולל ויואל משה
כולל יטב לב (ארןנים)
מאנטריאל
לאנדאן
אנטווערפן
ירושלים
בני ברק

קעמפס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אינגל קעמפ
בחורים קעמפ
מיידל קעמפ אלטע/נייע
מחנה רב טוב (ארונים)
מחנה בית רחל (ארונים)

חברה קדישא[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

סאטמאר אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די רבנים פון דעם חסידות אין ארץ ישראל זענען:

  • הרב חיים צבי טייטלבוים, זון של רבי זלמן לייב, רב פון זיין פאטערס חסידים אין ירושלים
  • הרב שלמה יהודה הירש, דיין פון רבי זלמן לייבס קהילה אין ירושלים
  • הרב משה טייטלבוים (זון פון דעם סאסאווער רבי'ן), דיין פון רבי אהרן'ס קהילה אין ירושלים
  • הרב אליהו כ"ץ, רב פון שיכון סאטמר אין בני ברק
  • הרב חיים צבי מייזליש (אייניקל פונעם ברך משה), מנהיג פון דער קהילה אין בני ברק, ראש ישיבת סאטמר אין בני ברק.

דער היינטיקער רבי זלמן לייב איז אמאל געווען רב פון דער סאטמארער קהילה אין ירושלים.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

היסטארישער פראטעסט אין וואשינגטאן קעגן ציונות ווערט געזען ר' זלמן לייב טייטלבוים נעבן זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים אויך די פאליטישע פירער פון סאטמאר: ר' בערל פרידמאן ר' סענדער דייטש ר' חיים משה שטויבער ר' אברהם ווידער ר' יוסף וואלדמאן. [1]

בילדער פון סאטמארער רבי'ן אויך כ"א כסליו תשל"ו, און ארץ ישראל תשכ"ה.