ספר תורה

פֿון װיקיפּעדיע
א ספר תורה אפן ביי דער שירה

ספר תורה איז די פינף חומשים פון דער תורה געשריבן מיט דער האנט אויף פארמעט אין א פארעם פון א מגילה, וואס אויף איר איז פארשריבען די גאנצע תורה, פון אנפאנג בראשית ביז ענדע דברים. א ספר תורה ווערט פאררעכנט ביים אידישן פאלק אלס דאס מערסטע הייליגע זאך, און מען באנעמט זיך מיט דעם מיט דעם העכסטן רעספעקט און באשיינקייט.

דער ערשטער ספר תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער תורה שטייט, איידער משה רבינו איז נפטר געווארן האט ער פארשריבן די תורה וואס ער האט געלערנט פון דעם אייבערשטן, אין א ספר תורה, און זי געגעבן צו די כהנים פאר דעם יידישן פאלק ויכתב משה את התורה הזאת ויתנה אל הכהנים וגו' (דברים לא ט). ווען משה רבינו האט געפערטיגט דאס צושרייבן האט ער זיי באפוילן דאס צולייגן ביים ארון ברית ויהי ככלות משה לכתב וגו' ויצו משה וגו' לקח את ספר התורה הזה ושמתם אתו מצד ארון ברית וגו' (דברים לא כד - כו).

אויך האט משה רבינו זיי דעמאלס געלערנט די מצוה פון הקהל, אז נאך דער ענדע פון שמיטה יאר יום טוב סוכות זאל מען איינזאמלען דאס גאנצע יידישע פאלק און ליינען פאר זיי פון דער ספר תורה (דברים לא י - יג).

שרייבן א ספר תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ס'איז א מצווה אין דער תורה אז יעדער ייד זאל שרייבן א ספר תורה (אדער לאזן דורך אן אנדערן שרייבן), ועתה כתבו לכם את השירה.

הלכות ספר תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אז א ספר תורה זאל זיין כשר, דארף זיי זיין געשריבן אויף פארמעט דורך א סופר וואס האט זי געשריבן לויט די הלכות.

ווען א ספר תורה פאלט חלילה אראפ, איז דאס א שרעקליכער אומגליק, און אלע וואס זענען געווען דערביי דארפן פאסטן א גאנצן טאג.

מען ליינט די תורה יעדן מאנטיג, דאנערשטיג, שבת (אינדערפרי און נאכאמאל צו מנחה). אויך ליינט מען ראש חודש, א תענית (אינדערפרי און נאכאמאל צו מנחה), יום טוב, חול המועד, חנוכה און פורים.

היינטיגע צייטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רא״ש פסקענט אז היינט וויבאלד חז״ל האבן מתיר געווען אפשרייבן די תורה שבעל פה ממילא איז דער עיקר מצווה צו דריקן חומשים משניות און גמרא׳ס וכדו'