לדלג לתוכן

שמיטה

פֿון װיקיפּעדיע
א נישט באארבעט פעלד אום סוכות שנת שמיטה תשס"ח

שמיטה גריפן שנת שבתון איז דער נאמען פונעם זיבעטן יאר, וואס די אידן זענען מחויב צו לאזן פריי די פעלדער אין ארץ ישראל. ס'איז אויך דא נאך צוויי מצוות מיט א שייכות צום שמיטה יאר, דהיינו שמיטת כספים און הקהל.

די מסכתא וואס באהאנדלט די דינים פון שמיטה איז מסכת שביעית אין משניות און תלמוד ירושלמי. דער רמב"ם ברענגט די הלכות פון שמיטה אין ספר זרעים, אין דער ערשטער העלפט פון הלכות שמיטה ויובל.

מן התורה פארצווייגט זיך די מצוה פון שמיטה אויף פיר צווייגן:

  • מ'טאר נישט ארבעטן די ערד
  • די תבואה וואס וואקסט אינעם שמיטה יאר איז הפקר
  • די תבואה האט א קדושה (קדושת שביעית)
  • די מצוה פון ביעור

מדרבנן איז דא נאך א דין ("ספיחים"):

  • אלע ירקות וואס הייבן אן צו וואקסן אינעם שמיטה יאר, אפילו פון זיך אליין, זענען אסור צו עסן.

דער מקור אין דער תורה אויף שמיטה קומט פון די פאלגנדע פסוקים:

"וְשֵׁשׁ שָׁנִים, תִּזְרַע אֶת-אַרְצֶךָ; וְאָסַפְתָּ, אֶת-תְּבוּאָתָהּ. וְהַשְּׁבִיעִת תִּשְׁמְטֶנָּה וּנְטַשְׁתָּהּ, וְאָכְלוּ אֶבְיֹנֵי עַמֶּךָ, וְיִתְרָם, תֹּאכַל חַיַּת הַשָּׂדֶה; כֵּן-תַּעֲשֶׂה לְכַרְמְךָ, לְזֵיתֶךָ." (שמות כ"ג י'-י"א)
"וַיְדַבֵּר ה' אֶל-מֹשֶׁה, בְּהַר סִינַי לֵאמֹר. דַּבֵּר אֶל-בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם, כִּי תָבֹאוּ אֶל-הָאָרֶץ, אֲשֶׁר אֲנִי נֹתֵן לָכֶם--וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ, שַׁבָּת לה'. שֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְרַע שָׂדֶךָ, וְשֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְמֹר כַּרְמֶךָ; וְאָסַפְתָּ, אֶת-תְּבוּאָתָהּ. ד וּבַשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת, שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ--שַׁבָּת, לה': שָׂדְךָ לֹא תִזְרָע, וְכַרְמְךָ לֹא תִזְמֹר. אֵת סְפִיחַ קְצִירְךָ לֹא תִקְצוֹר, וְאֶת-עִנְּבֵי נְזִירֶךָ לֹא תִבְצֹר: שְׁנַת שַׁבָּתוֹן, יִהְיֶה לָאָרֶץ. וְהָיְתָה שַׁבַּת הָאָרֶץ לָכֶם, לְאָכְלָה--לְךָ, וּלְעַבְדְּךָ וְלַאֲמָתֶךָ; וְלִשְׂכִירְךָ, וּלְתוֹשָׁבְךָ, הַגָּרִים, עִמָּךְ. וְלִבְהֶמְתְּךָ--וְלַחַיָּה, אֲשֶׁר בְּאַרְצֶךָ: תִּהְיֶה כָל-תְּבוּאָתָהּ, לֶאֱכֹל." (ויקרא כ"ה א'-ז')
"מִקֵּץ שֶׁבַע-שָׁנִים, תַּעֲשֶׂה שְׁמִטָּה. וְזֶה, דְּבַר הַשְּׁמִטָּה--שָׁמוֹט כָּל-בַּעַל מַשֵּׁה יָדוֹ, אֲשֶׁר יַשֶּׁה בְּרֵעֵהוּ: לֹא-יִגֹּשׂ אֶת-רֵעֵהוּ וְאֶת-אָחִיו, כִּי-קָרָא שְׁמִטָּה לה'. אֶת-הַנָּכְרִי, תִּגֹּשׂ; וַאֲשֶׁר יִהְיֶה לְךָ אֶת-אָחִיךָ, תַּשְׁמֵט יָדֶךָ. אֶפֶס, כִּי לֹא יִהְיֶה-בְּךָ אֶבְיוֹן..." (דברים ט"ו א'-י"א)

עס איז דא אן אינטרעסאנטער חשבון אז אלע שמיטה יארן (לויטן חשבון פונעם רמב"ם) קען מען צוטיילן אין 7 און עס בלייבט גארנישט איבער, צום ביישפיל דאס (היינטיגע) יאר 5782 איז א שמיטה יאר אז מען צוטיילט עס אויף 7 קומט אויס פונקט 826.

אין שמיטה זענען אסור צו טאן אלערליי ארבעט מיט פעלדער, אנפלאנצן, אקערן, זייען, שניידן און נאך.

די אלע פירות וואס וואקסן שמיטה זענען הפקר פאר יעדן איינעם, היינטיגע צייטן ווען רוב אידן וואוינען אין גרויסע שטעט האט מען אייגעפירט אן אוצר בית דין, וואס נעמען אלע פירות און זיי פארטיילן דאס גלייך פאר ווער עס וויל, מען רעכנט די הוצאות פון ברענגען די פירות אזוי ווי מאשינען און ארבעטערס.

אויך ביים יום טוב סוכות באניצט מען זיך מיט אתרוגים פונעם אוצר בית דין, וועלכע פארקויפן פארמאכטע באקסעס פאר א באשטימטע פרייז, און מען קען זיך נישט קלויבן.

אין צייט ביז צום חורבן פון צווייטן בית המקדש האט מען מען געהאלטן זיבן מאל שמיטה, דערנאך איז געקומען איין יאר יובל, און דער חשבון האט זיך נאכאמאל אנגעהויבן, פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווען ציילט מען נאר שמיטה אין קיין יובל.

היינטיגע צייטן איז דא א גרויסע אויפוואכונג ביי די אידישע פארמערס צו האלטן די מצוה פון שמיטה, און ספעציעל ווערט אנגעפירט א גרויסע אונטערנעמונג דורך הרב מנחם מענדלסאן, דער רב פון דעם יישוב קוממיות, וואס איס ממשיך די ארבעט וואס זיין פאטער, הר"ר בנימין מענדלסאן האט אנגעהויבן.

אין די תש"י יארן און די תש"כ יארן האבן בלויז 1000 דונאם (250 אקער לאנד) גערועט אום שמיטה. אין שמיטה יאר תשס"ז האבן שוין 220,000 דונאם גערועט, און קומענדיגן יאר תשס"ח ווערט ערווארטעט אז צווישן 3000 און 3500 פארמערס וועלן נישט ארבעטן אין שמיטה און 400,000 דונאם ערד וועט רוען. ושבתה הארץ שבת לה'.