מצווה
(אַריבערגעפֿירט פון מצוה)
איז טייטש א געבאט. דאס ווערט גענוצט אויף זאכן וואס די תורה האט באפוילן פאר אידן צו טאן.
סארטן מצות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
מצוה עשה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דאס איז א באפעלונג וואס די תורה זאגט אז מען דארף טאן עפעס, פון די סארט מצות זענען: לולב, אתרוג, און ציצית.
מצוה לא תעשה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דאס איז א באפעלונג וואס די תורה זאגט אז מען זאל 'נישט' טאן עפעס, פון די סארט מצות זענען: נישט גנבענען, נישט גלוסטען.
מצוה עשה דרבנן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דאס איז א באפעלונג וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן, פון די מצות זענען: נטילת ידים, חנוכה.
איסור דרבנן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דאס זענען באפעלונגן וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן נישט צו טאן, פון די מצות זענען: מוקצה, אדער באדן אום שבת.
שבע מצות בני נח[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דאס זענען זיבן מצות וואס גוים זענען אויך באפוילן צו היטן.
מצוה הבאה בעבירה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
צאל מצוות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
עס זענען דא 613 מצות אין די תורה. 248 פון די זענען מצות עשה, און 365 זענען לא תעשה.
- עס זענען דא אזעלכע וואס לייגן אלס צו נאך מצות, ווי למשל מען קען הערן ווי מענטשן זאגן: יענעם איז א מצוה מן התורה אנציהאקן די ביינער.
- זעט אויך: תרי"ג מצוות