קרית יואל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
פלאצירן מאפע פון קרית יואל
קרית יואל בית החיים פון די לופטן...

קרית יואל (ענגליש: Kiryas Joel) איז א שטעטל געגרינדעט דורכן סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים אין מאָנרא, אָפּסטעיט ניו יאָרק.

עס וואוינען דארט היינט צוטאגס נאנט צו זעקס טויזנט פאמיליעס. לויטן אמעריקאנישן צענזוס פון 2016 די צאל פון די איינוואוינערס ווערט אפגעשאצט דריי און צוואנציג טויזנט נפשות (23,094). דער גרעסטער רב דארט איז דער סאטמארער רבי ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך זיין פאטער רבי משה טייטלבוים] אלס "מרא דאתרא" (אפיציעלער שטאטס רב) אין 1985. א חלק פון שטאט האט אים נישט ליב און קערן זיך אן צו זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים אדער זענען זיי פון בני יואל, ער האט אבער א מאיאריטעט, און זיינע קאנדידאטן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן, די לעצטע וואלן האט ר' אברהם ווידער דער בירגערמייסטער געהאט עפעס מער פון 3700 שטימען און ר' יעקב יואל באנדא ע"ה וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2200 שטימען.

עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל ארום 100 בתי מדרשים, רוב האלט זיך פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע קרייזן און הויפן ווי למשל טאהש ספינקא, תולדות אהרן און ברסלב.

דער אלגעמיינער סקול דיסטריקט פון קרית יואל ליגט אונטער דער הערשאפט פון רבי אהרן טייטלבוים. אבער עס איז אויך דא מוסדות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דער אלגעמיינער חינוך סיסטעם פון דער שטאט, נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען ווי די קהילה פון בני יואל און די קהילה און בתי מדרשים וואס זענען אונטער רבי זלמן לייב טייטלבוים. אלע האלטן זיך פאר סאטמאר.

עס ווערט געשאצט, לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן, אז בערך 55% פון די איינוואוינער קערן זיך אן פאר רבי אהרן (זיי ווערן אנגערופן אין דער וועלט אהרונים) בערך 35% קערן זיך אן צו רבי זלמן לייב (זיי ווערן אנגערופן זאליס), פונדעם בערך 10% זענען בני יואל, וואס ווילן נישט קיין שום רבי, אדער צום ביישפיל, טאהש, ברעסלאוו, תולדות אהרן וכדומה.

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1977, און האט א זעלבסטעשטענדיגן לעגאלן שטאטראט. די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און 4 ווילעדזש קוראטארן, וואס ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען. דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער איז אברהם ווידער און די פיר קוראטארן זענען מיטעלמאן, פריינד, מארקאוויטש און לאנדא; אלע זענען שטיצער פונעם רב פון שטעטל, רבי אהרן טייטלבוים.

די ארטיגע קהילות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קרית יואל האט א גרויסער בית מדרש, דאס "בית המדרש הגדול", וואס ווערט גערעכנט אלס הויפטקווארטיר פון רבי אהרן'ס קהילה, און וואס דאס גאנצע השתלשלות פון זיין געבוי ווערט באשריבן אין דעם ביכל "דברי הימים" דורך דעם שרייבער שמואל שלמה טעללער. דאס ביכל "דברי הימים" איז י"ג תמוז תשס"ג לכבוד דער באנייאונג פון היכל צבי ראזענבערג, וואס געפונט זיך אויפן אונטערשטן שטאק און ווערט געניצט אלס א מקום תורה וואו עס לערנען טאג טעגליך הונדערטער בחורים און יונגעלייט.

במשך פון צען יאר זייט ה'תשס"ה האט די קהלה פון רבי אהרן געבויט נאך 14 גרויסע בתי מדרשים און מקוואות אין רעזולטאט פון דער שטארקע פארברייטערונג פון דער שטאט. די בתי מדרשים ווערן בעיקר באנוצט פאר מנינים אינדערוואכן, ווי אויך איז אין יעדן בית המדרש אויפן פארלאנג פונעם רב געבויט געווארן גרויסע אויגפארכאפנדע היכלי התורה וועלכע ווערן באנוצט אין די פארטאגס שעה'ן און אויפדערנאכט פאר שיעורי תורה בחברותא.

די קהלה פון רבי זלמן לייב טייטלבוים טוט פארמאגן עטליכע בתי מדרשים לענגאויס דער שטאט, און צוגאב צו נאך עטליכע פריוואטע בתי מדרשים וואס געהערן פאר אנהענגער פון פון זיין קהילה. ווי אויך טוען זיי פארמאגן מוסדות התורה מיט דריי און א האלב טויזנט קינדער וואס לערנען אין עטליכע פראכטפולע בנינים ביי די גרעניצן פונעם שטעטל. אין קרית יואל געפונען זיך אויכעט עטליכע בתי מדרשים פון דער בני יואלער קהילה, דער הויפט הייסט "דער רעביצינס בית מדרש" וואו עס האט געוואוינט רעביצין אלטא פייגא טייטלבוים ביז צו איר פטירה, און היינט דאווענען דארט א סאך חסידים פון דער קהילה.

קרית יואל זשורנאל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קרית יואל זשורנאל

דער קרית יואל זשורנאל איז א בלעטל וואס קומט אן יעדן פרייטאג צו אלע איינוואוינער אויף דער פאסט, פריי אן אפצאל.

קרית יואל וואכנשריפט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קרית יואל וואכנשריפט


דער קרית יואל וואכנשריפט איז א בלעטל וואס קומט אן אויף פאסט צו אלע איינוואוינער פריי פון אפצאל.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]


אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומינגבורג • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פוירט • ציריך • צפת • קווינס • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • ריווערדייל • רמת וויזשניץ • שטראסבורג • שיקאגא