לינדען

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לינדען (ענגליש: Linden) איז א שטאָט אין יוניאן קאונטי, דרום־מזרח ניו דזשערזי. ס'געפינט זיך הארט נעבן עליזאבעט, ניו דזשערזי און נעבן סטעטן איילענד, ניו יארק, און ס'איז בלויז בערך פערציג מינוט קאר רייזע פון ברוקלין.

ביי דער 2010 צענזוס ציילונג האבן דארטן געוואוינט א געשאצטע 40,499 איינוואוינער.

אידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז פאר לאנגע יארן געווען דארט עטליכע קליינע אידישע קהילות.

אין די לעצטע עטליכע יאר האבן זיך אהינגעצויגן פיל חסידישע אידן, אין שפיץ פון דער קאסאנער קהילה מיט זייער רבי דער קאסאנער רבי, הרב מאיר יהוסף ראטענבערג.

עס ווערט געשאצט אז עס וואוינען דארטן איבער הונדערט ארטאדאקסישע משפחות.

אויך פארמאגן זיי זייער אייגענע חברה הצלה און חברים ארגאניזאציעס, און עטליכע אידישע געשעפטן.

דרויסנדיגע וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]