בית ישראל (געגנט)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע מירער ישיבה געפינט זיך אין בית ישראל.

דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין יחזקאל ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". ס'איז דא א מסורה אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די קרבנות וואס מען האט אראפגענומען פונעם מזבח.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער בית ישראל האט אנגעהויבן אין די 80ער יארן פונעם 19טן יארהונדערט פאר יידן וואס האבן נישט געקענט צאלן די הויכע פרייזן פאר וואוינונגען אין מאה שערים. אין יענע יארן האט מען געבויט פיר קליינע געגנטן: שערי משה, עיר שלום, נחלת צבי און שערי פינה. אין אנהייב האט דער געגנט געהייסן דער 'נייער מאה שערים'. אין תרמ"ו (1886) האט הרב אריה לייב דיין געקויפט דעם שטח גאנץ ביליג צוליב דעם וואס דער געגנט איז געווען פיל מיט וואסער.