בקעה

פֿון װיקיפּעדיע
בקעה
אינפֿארמאציע
שטאט ירושלים
שטח
קאארדינאטן 31°45′33″N 35°13′15″E / 31.75916944°N 35.22081667°E / 31.75916944; 35.22081667 קאארדינאטן: 31°45′33″N 35°13′15″E / 31.75916944°N 35.22081667°E / 31.75916944; 35.22081667 
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
א הויז אין בקעה
בקעה

בקעה איז א געגנט אין דרום פון ירושלים, די נאמען פון געגנט איז אראביש, און ווערט געזאגט באקאה, אבער דער מיינונג איז טאל ווי אויף העברעיש. ארגינעל איז די געגנט געבויט געווארן דורך אראבער, אין די ענדע 19טער י"ה. און פאר איטליכער הויז איז געווען א גארטן, פאר לאנדווירטשאפט, וואס האט אנגעהאלטן ביז די 1950ער יארן.

ביי די מלחמת השחרור זענען די איינוווינער אנטלאפן, און די געגנט איז אויף די יידישע זייט, די רעגירונג, האט אויפגעשטעלט בלאק הייזער, פאר אלע נייע עולים, און די גארטנס זענען פארשווינדן געווארן. אין די לעצטע יארן, איז די שטאטראט פארנומען מיט איבערבויען, און צופיצן די געגנט.

די געגנט גרענעצט תלפיות פון דרום, דייטשע קאלאניע און די מושבה היוונית פון צפון מערב, אבו טור פון מזרח.

די באפעלקערונג אין געגנט איז א געמישטע, רעליגיעזע און אומרעליגיעזע, לעבן האנט ביי האנט א שטיל רואיק לעבן. די שטאטראט האט געגעבן א נאמען אויף העברעיש פארן געגנט "גאולים", די ירושלימע האבן זיך קיינמאל אבער, נישט צוגעוווינט צום נייעם נאמען.

אמאל האט זיך געפונען ביי די צפון עק פון בקעה, די אלטע ירושלימע באן סטאנציע, וועלכע האט געמאכט די געגנט פאר א שטארק באזוכטע. היינט ווען די באן קומט מער נישט אן אהין, איז די סטאנציע אן ארט פאר נאכט פארוויילונגען, שענק און ווירצהייזער.