הר המנוחות
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
קאארדינאטן: 31°47′53.28″N 35°10′39.82″E / 31.7981333°N 35.1777278°E
הר המנוחות איז דער בארג נעבן גבעת שאול געגנט אין מערב ירושלים, עס איז דער הויפט בית החיים פאר ירושלים.
דאס בית עולם האט מען געעפנט אין יאר 1951, ווען מען האט נישט געהאט קיין צוטריט צו הר הזיתים. ס'איז איינגעטיילט צווישן די פרושים ח"ק, חסידים ח"ק און ספרדים ח"ק.
צווישן די וואס ליגן אין דעם חלקת הרבנים אין הר המנוחות זענען דער בעלזער רב און הרב משה פיינשטיין.
רבנים וואס ליגן אין הר המנוחות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- הרב אברהם אבא לייפער, דער פיטסבורגער רבי אין אשדוד,
- הרב שמואל אהרן רובין, מחבר פונעם ספר בית אהרן
- הרב אהרן קאטלער, ראש ישיבת לייקוואוד
- הרב אהרן רוקח, דער בעלזער רב
- הרב ברוך סאראצקין, ראש ישיבה פון דער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד
- הרב יוסף שלום אלישיב, מגדולי פוסקי הדור ראש ישיבת אהל שרה
- הרב יחזקאל אברמסקי, ראב"ד פון לאנדאן
- הרב שלמה זלמן אויערבאך, ראש ישיבה פון קול תורה און פוסק
- הרב חיים יוסף דוד אזולאי
- הרב יהודה אשלג, דער בעל ה"סולם"
- הרב זעליג ראובן בענגיס, אב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים
- הרב עזרא עטייה, ראש ישיבה פון פורת יוסף
- הרב משה פיינשטיין, בעל אגרות משה און דברות משה
- הרב שמשון דוד פינקוס, מחבר פון תפארת שמשון, רב פון אופקים
- הרב נתן צבי פינקל, ראש ישיבת מיר
- הרב מרדכי שרעבי, ראש ישיבת נהר שלום
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
הר המנוחות
געגנטן אין ירושלים