קול תורה (ישיבה)
קול תורה איז א ליטווישע ישיבה וואס געפינט זיך אינעם בית וגן געגנט אין ירושלים, דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב משה יהודה שלעזינגער, זון של הרב יחיאל מיכל, גרינדער פון דער ישיבה. די ישיבה האט א ישיבה גדולה, א ישיבה קטנה און א כולל.
היסטאריע פון דער ישיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די "קול תורה" ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים אין יאר ה'תרצ"ט (1939) דורך רבנים פון דייטשלאנד - הרב יחיאל מיכל שלעזינגער, פון האמבורג (ער איז פריער געווען א מורה הוראה און מגיד שיעור אין פראנקפורט) און הרב ברוך קונשטאט שטאטס רב און ראש ישיבה אין פולדא, פאר בחורים וואס זענען געקומען פון מערב אייראפע[1]. די ישיבה האט מען אויפגעשטעלט אין קאנסעקווענץ פון "קריסטאל נאכט", פאר אימיגראנטן פון דייטשלאנד וואס זענען ארויף אין ארץ ישראל. די ישיבה איז אויפגעשטעלט אויפן דרך הלימוד פון די ישיבות אין ליטע. די ישיבה האט זיך געפירט אנדערש ווי די געוויינלעכע ליטווישע ישיבות מיט דעם וואס מען האט געזאגט די שיעורים אויף העברעאיש (און נישט יידיש) און אויך האט מען געמאכט סדרים צו לערנען תנ"ך.
די ערשטע רבנים פון דער ישיבה האבן איינגעשלאסן: הרב יונה מערצבאך רב פון דארמשטאט, הרב יוסף יהודה ריינער, פון אונגארן, און הרב חיים יוסף יעקובאוויטש[2] וואס איז געווען א מגיד שיעור אין דער פראנקפורטער ישיבה צוזאמען מיט הרב שלעזינגער, און איז ארויף אין ארץ ישראל אין יאר תרצ"ד[3]. אין דעם ערשטן יאר פון דער ישיבה האבן געלערנט דארט עטלעכע 50 תלמידים[4].
אין תש"ט איז נפטר געווארן דע רראש ישיבה הרב שלעזינגער. מען האט דעמאלסט באשטימט אלס ראש ישיבה הרב שלמה זלמן אויערבאך, וואס איז געבליבן אין דעם אמט 46 שנה (צוזאמען מיט הרב ברוך קונשטאט און נאך אים זיין זון הרב אלחנן קונשטאט). אלס ראש ישיבה האט ער געזאגט שיעור פאר די צוויי עלצטע כיתות (1 און 2) און געגעבן א מאנאטלעכע בחינה פאר יעדער כיתה. ווען הרב אוירבאך איז נפטר געווערן אין ה'תשנ"ה (1995), איז געווארן נאך אים ראש ישיבה א זון פונעם ערשטן ראש ישיבה, הרב משה יהודה שלעזינגער.
ישיבה געביידעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין אנהייב איז די ישיבה געווען אין א שול אין דעם משכנות פערטל לעבן דעם מחנה יהודה פערטל אין ירושלים. דערנאך איז די ישיבה אריבער צו שערי חסד, און דער אינטערנאט און עסצימער האבן געפינען זיך אין דער "בית סבא" געביידע אין המלך דזשארדזש גאס 47.
די ישיבה היינט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר"מים אין דער ישיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב ברוך שמואל דויטש - תלמיד פון הרב אלעזר מנחם מן שך
- הרב בן ציון באראדיאנסקי - זון פון הרב אפרים באראדיאנסקי, ברודער פונעם משגיח הרב יצחק ירוחם באראדיאנסקי און איידעם פון הרב יחיאל מיכל שלעזינגער
- הרב שלום פאווארסקי - זון הרב דוד פאווארסקי
- הרב רפאל צבי וואלפין - איידעם פון ראש הישיבה הרב שלעזינגער
- הרב אליעזר יחיאל קונשטאט, זון הרב אלחנן, ראש הישיבה לשעבר מוגדר רשמית כ"ראש ישיבה בסדר ב'".
- הרב אברהם מאיר שטיינפעלד
- הרב יצחק דב שעכטער
- הרב שלמה שלעזינגער, זון פון ראש הישיבה
- הרב ישעיה פארטנוי (תלמידי חו"ל)
געוועזענע תלמידים פון דער ישיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
|
|
ישיבה קטנה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ישיבה קטנה איז פון די גרעסטע אין ירושלים, און ווערט געפירט דורכן משגיח הרב אביעזר שפירא, רב פונעם בית המדרש פון דעם דראהביטשער חסידות. דער שטאב פון דער ישיבה הקטנה שליסט איין הרב ישראל גאנס און הרב ברוך שפירא.
עטלעכע מגידי שיעור אין דער ישיבה גדולה האבן אויך געזאגט שיעור אין דער ישיבה קטנה. אחוץ זיי זענען געווען מגידי שיעור אין דער ישיבה קטנה: הרב יוסף יהודה ריינער פון אונגערן, הרב משה קאפשיץ און הרב שלמה ברויער. הרב יחזקאל קארען איז געווען ראש ישיבה און הרב דוב זאב שטיינהויז איז געווען משגיח.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ מוסטער:דבר
- ↑ מוסטער:הצופה
- ↑ מרדכי אליאש, הישיבות בגרמניה, ביי "דעת"
- ↑ מוסטער:הצופה