דוד פאווארסקי

פֿון װיקיפּעדיע
דוד פאווארסקי
געבורט 1902
י' שבט תרס"ב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1999 (אלט 97 בערך)
ו' אדר א' תשנ"ט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט מירער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יהושע דוד פאוואַרסקי (גבוירן י' שבט תרס"ב, 18טן יאנואר 1902 - ו' אדר א' תשנ"ט, 21סטן פעברואר 1999) איז געווען ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה מער ווי פופציק יאר.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב דוד איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל ליובאן אין ווייסרוסלאנד צו שלום קוסטענאוויץ. ער האט געלערנט אין דער סלוצקער ישיבה ביי הרב איסר זלמן מעלצער. ווען די ערשטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער זיך געשמוגלט אדורכן גרענען כדי אנצוקומען אין פאלטאווע. פאר דעם צוועק האט ער גענוצט דעם פאס פון איינעם יהושע פאווארסקי, און פון דעמאלסט אן האט ער געענדערט זיין נאמען צו יהושע דוד פאווארסקי, דעם נאמען וואס איז פאראייביקט אין זיין ספר ישועת דוד. א גאר קורצע צייט האט ער געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה וואס איז דאן געווען אין פאלטאווע. פון דארטן איז ער געגאנגען לערנען אין דער מירער ישיבה, וואס איז אויך דעמאלסט געווען אין פאלטאווע, ביים משגיח הרב ירוחם לייבאוויץ, וואס האט שטארק משפיע געווען אויף אים. אויך האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין ליטא, ביי הרב יוסף שלמה כהנעמאן און אין דער קעלמער תלמוד תורה ביים זון פונעם אלטער פון קעלם. דערנאך איז ער צוריק לערנען אין מיר וואו ער האט געלערנט ביז זיין חתונה אין תר"פ.‏[1]

ער האט געהייראט צפורה, טאכטער פון רב דוד דוב קרייזער, פון די ראשי ישיבות אין קלעצק.‏[2] הרב אריה לייב מאלין איז געווען זיין שוואגער.‏[3] נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין כולל פון הרב אלחנן וואסערמאן אין באראנאוויטש, און ער פלעג זאגן אמאל א שיעור אין הרב וואסערמאנ׳ס ישיבה. אין יענער תקופה האט ער ארויסגעגעבן דעם ערשטן טייל פון זיין ספר ישועת דוד.

אין תש"א איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. א קורצע צייט נאכהער האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון  דער ישיבה תומכי תמימים פון חב"ד אין תל אביב. אין אלול תש"ד האט ער אויפגענומען א פארבעטונג פון הרב כהנעמאן צו ווערן ראש ישיבה אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק, צוזאמען מיט הרב שמואל ראזאווסקי.

ער האט ווייניג באשעפטיגט זיך מיט קהל עניינים און כמעט האט נישט באטייליקט אין פאליטישע געשעענישן.

חיים אישיים ומשפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ישועת דוד - פינעף בענדער
  • שיעורי ר' דוד - זיינע שיעורים אויף גמרא וואס ער האט געזאגט אין דער ישיבה. פארעפנטלעכט ביי זיין לעבן דורך זיין תלמיד הרב יעקב מרגלית.‏[4]
  • ישמרו דעת - שיעורים אין מוסר ענינים
  • מוסר ודעת - פארעפנטלעכט דורך זיין תלמיד הרב יעקב מרגלית

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]