לדלג לתוכן

בערל פאווארסקי

פֿון װיקיפּעדיע
בערל פאווארסקי
געבורט 17 אויגוסט 1931 (אלט 93)
קלעצק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט פאנאוועזשער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב רבי ברוך דוב (בערל) פאווארסקי (געב' ד' אלול ה'תרצ"א) איז א תלמיד חכם, איז א איינער פון ראש ישיבות אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

זיינע חידושי תורה ווערן געדרוקט אין די ספרים „בד קודש".

ר' בערל איז געבוירן געווארן אין קלעצק, פוילן (היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער רבי דוד פאווארסקי און זיין מוטער מרת חיה פייגל. ווען ער איז געווען אלט דריי חדשים האט זיך די משפחה געצויגן קיין באראנאוויטש, וואו זיין פאטער איז געווען א מגיד שיעור אין דער אוהל תורה ישיבה. ביי די צען יאר איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. ער האט געלערנט אין דער "אור התלמוד" ישיבה אין תל אביב.

רבי בערל האט געהייראט די טאכטער פון רבי ישראל חיים קאפלאן.

איין איידעם איז רבי אליהו גורוויץ, זון פונעם גייטסהעדער ראש ישיבה, רבי אברהם גורוויץ.