פאלטאווע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
פאלטאַווע (שטאָט)
Полта́ва
Flag of Poltava.svg Poltava coat.svg
October Parc Poltava 1550.JPG
אקטאבער פארק, פאלטאווע
מדינה / טעריטאריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאטע 1174
קאארדינאטן 49°35′N 34°33′E / 49.583°N 34.550°E / 49.583; 34.550קאארדינאטן: 49°35′N 34°33′E / 49.583°N 34.550°E / 49.583; 34.550
אבלאסט פאלטאווער גובערניע
בירגערמייסטער אלעקסאנדער מאמיי
שטח 103 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2011)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

298,652‏
2,995 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2
www.rada-poltava.gov.ua

פאלטאַווע (אוקראיניש און רוסיש: Полта́ва; פויליש: Połtawa) איז א שטאָט אין צענטראל־אוקראינע, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון דער פאלטאווער גובערניע און פונעם פאלטאווער ראיאן. עס געפינט זיך אויפן ווארסקלע טייך און אויף דער כארקאוו - קיעוו באן ליניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 296,760 אין 2013.

די שטאט האט א יידישע געמיינדע.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1174. נאך דער לובלינער פאראייניקונג איז פאלטאווע אריבער אין פוילן, ביז 1667 ווען גאנץ אוקראינע מזרח פונעם דניעפער איז אריבער צו רוסלאנד.

נאכן טיילן פון פוילן זענען געקומען צו דער שטאט א שטראם פון יידן, וואס זענען געווארן א חשובער טייל פון דער שטאט.

אין 1900 האבן געוואוינט אין פאלטאווע 10,954 יידן.‏[1]


טראנספארט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פאלטאווע האט צוויי הויפט באן סטאנציעס, מיט באן פארבינדונגען קיין קיעוו, כארקעוו און קרעמענטשוג.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "פאלטאווע", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פאלטאווע