אוקראיניש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

אוקראיניש (українська мова - אוקראינסקא-מאָוואַ) איז א סלאווישע שפראך וואס געהערט צו דער פאמיליע פון מזרח-סלאווישע שפראכן. אוקראיניש איז די אפיציעלע שפראך אין אוקראינע. אירע נאענטע קרובים זיינען רוסיש און בעלארוסיש. איבער דער וועלט זיינען דא אומגעפער פופציק מיליאן רעדער פון אוקראיניש.

כאטש אז אוקראיניש איז די איינציגע אפיציעלע שפראך אין אוקראינע, רעדן א גרויסע טייל פון די היגע איינוואוינער נאר רוסיש. צוליב דער נאענטקייט פון די שפראכן (אן אוקראיניש רעדער קען אין מערסטע פאלן פארשטיין רוסיש), און צוליב די רוסישע געוועלטיקונג איבער אוקראינע, איז עס גאר זעלטן אז איינער זאל רעדן ריין-אוקראיניש נאר געמישט מיט רוסיש. אסאך אוקראינער רעדן א שפראך וואס הייסט "סורזשיק" וואס אין עסענץ איז א געמישאכץ פון רוסיש מיט אוקראיניש.

די אוקראינישע שפראך זעלבסט אין צוטיילט אין צוויי סארטן שפראך, עס איז דא די צענטראלע אוקראינישע שפראך וואס איז מער מזרח אוקראינע געשטימט דאס רעדן די וואס זענען נאנט צו רוסלאנד ווי די גרויסע שטעט כארקאוו און כמיעלניציקי וואס זענען נאנט צו רוסלאנד. דערנאך איז דא די גאליציאנער-אוקראינישע שפארך וואס ענדלט מער צו פויליש.


סלאווישע שפראכן 
אסט-סלאוויש: אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש
וועסט-סלאוויש: טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש
דרום-סלאוויש: בולגאריש | מאקעדאניש | אלט קירכע סלאוואניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף אוקראיניש