איסר זלמן מעלצער

פֿון װיקיפּעדיע
איסר זלמן מעלצער
געבורט 6 פעברואר 1870
ה' אדר ה'תר"ל
מיר, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 נאוועמבער 1953 (אלט 83)
י' כסלו ה'תשי"ד
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט מירער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטווישע
באשעפטיגונג תלמוד, מדרש, מוסר, הלכה
זיינע רביס הנצי"ב מוולוז'ין, הרב נתן צבי פינקל (דער אלטער פון סלאבאדקע) און הרב חיים סאלאווייטשיק
תלמידים זיינע זין הרב צבי יהודה מעלצער און פראפ' פייוול מעלצער
הרב אלעזר מנחם מן שך
הרב שלמה זלמן אויערבאך
הרב חיים יעקב גאלדוויכט
הרב יוסף אליהו הענקין
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב איסר זלמן מעלצער (ה' אדר ה'תר"ל - י' כסלו ה'תשי"ד; 18701954) איז געווען א רב, דער ראש ישיבה אין סלאבאדקע, סלוצק, קלעצק און אין דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים, און א פוסק. ער האט געשריבן דאס ספר "אבן האזל" אויף דער משנה תורה פונעם רמב"ם.

ער ווערט פאררעכנט איינער פון די גדולי הדור פון די סוך ת"ר יארן.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב איסר זלמן מעלצער איז געבוירן ה' אדר תר"ל (1870) אין דער מיר (היינט אין בעלארוס), צו זיין פאטער הרב ברוך פרץ (דעם אכטן דור פונעם פנים מאירות) און זיין מוטער מורקא רייזל (א טאכטער פון הרב דוד הוטנער).[1] מען פלעג רופן אים "זונדל". צו צען יאר האט ער אנגעהויבן לערנען ביים שטאטישן רב פון דער מיר, הרב יום טוב ליפמאן, מחבר ספר "מלבושי יום-טוב". ביי די עלף יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער מירער ישיבה.

לערנען אין ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער בר מצוה, אום ה'תרמ"ד, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, אונטער דעם ראש ישיבה דעם נצי"ב און זיין איידעם הרב חיים סאלאווייטשיק, וואו ער איז געבליבן זיבן יאר. זיין נאענטער חבר אין וואלאזשין איז געווען זעליג ראובן בענגיס. איסר זלמן איז געווען איינער פון די בחורים אין דער חבורה פון ר' חיים (סאלאווייטשיק) מיט וועמען ער פלעג צוגרייטן דעם שיעור.[1]

בשעת זיינע יארן אין דער ישיבה איז ער געווען טעטיג אין דער ארגאניזאציע "נס ציונה" מיט דער ציל פון גיין וואוינען אין ארץ ישראל (דאס איז געווען א געהיימע ארגאניזאציע-ווען די רוסישע רעגירונג האט זי אנפלעקט, האט זי פארמאכט די ארגאניזאציע). אין שפעטער יארן האט רבי איסר זלמן מיט זיין שוואגער רבי משה מרדכי עפשטיין אנטייל גענומען אין דער גרינדונג פו דער שטאט חדרה, וואו ער האט געקויפט א פארצעל, און האט געפֿלאנצט דארטן א סאָד פון אתרוגים.

אום תר"ן האט ער אנגעהויבן לערנען אין דעם חפץ חיים'ס ישיבה אין ראדין, דארטן האט מען גערופן אים "זוניא מירער". ער האט געאהאט א קביעות אין לערנען מיט ר' אברהם דער זון פונעם חפץ חיים.

זיין חתונה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען שרגא פייוול פראנק - דער גביר פון דעם שטעטל אַלעקסאט אריבער דעם נעמאן טייך פון קאוונע (היינט א פארשטאט פון קאוונע) - איז נפטר געווארן, האט זיין אלמנה גאלדא געוואלט מקיים זיין זיין צוואה חתונה מאכן זייער טעכטער צו אויסגעצייכנטע תלמידי חכמים. זי איז געפֿארן צו דער וואלאזשינער ישיבה בכדי צו טרעפֿן א שידוך פֿאר איר עלצטער טאכטער. דער ראש ישיבה - הרב נפתלי צבי יהודה בערלין האט זיך געקווענקלט צווישן רב משה מרדכי עפשטיין און רב איסר זלמן מעלצער. טא האט זי געבעטן איר שוואגער - איר שוועסטער'ס מאן - צו פֿארהערן זיי ביידע, אבער האט שווער געקענט מכריע זיין. ווען זיי זענען געפארן, זי און איר שוואגער מיט די צוויי תלמידים צום קאוונער רב, הרב יצחק אלחנן ספעקטאר, אויך ער האט שווער געקענט קלויבן צווישן זיי. צום סוף האט ער געפרעגט צי זי האט אין שטוב נאך א טאכטער חתונה צו מאכן, און טאקע אום תרנ"ב האט איר טאכטער חיה מנוחה חתונה געהאט מיט הרב משה מרדכי עפשטיין, און איר טאכטער ביילא הינדא האט חתונה געהאט מיט הרב איסר זלמן מעלצער.

ווען איסר זלמן איז געווארן א חתן איז ער שוין געווען א יתום, ווייל זיין פאטער איז נפטר געווארן פריער. ער איז צוריקגעגאנגען אלס חתן צו זיין מאמענס שטוב. דארט האט ער געכאפט א לונגען אנטצינדונג. די משפחה איז געווען זייער ארעם און האט נישט געהאט א געלט צו באצאלן א דאקטער. אינצווישנצייט האט אויסגעבראכן אין מיר א שריפה, במילא איז די משפחה אנטלאפֿן פון מיר. וואו זיי זענען אנגעקומען האבן די ארטיגע יידן געדונגען פאר זיי א שטוב און האבן באזארגט דעם חולה א טעפל מילך יעדן טאג. מ'האט מודיע געווען די משפחה פון דער כלה אז דער חתן איז קראנק. זי האט געפרעגט די דאקטוירים, און זיי האבן געזאגט אז ער וועט נאך לעבן א יאר. די כלה איז געווען צופרידן מיט דעם, אבער איר משפחה האט געוואלט פרעגן ביים חפץ חיים. ער האט געענטפֿערט גאנץ קורץ: זענען דא מענטשן וואס זענען געזונט, און ס'זענען דא מענטשן וואס לעבן לאנג. זיי האבן חתונה געהאט און געלעבט צוזאם העכער פון זעכציג יאר.[1]

נאך דער חתונה האט ר' איסר זלמן זיך געצויגן אין קאוונע, וואו ער האט געלערנט אונטער דעם קאוונער רב.


די סלאבאדקער ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום תרנ"ד האט דער אלטער פון סלאבאדקע געזוכט א מגיד שיעור פאר זיין ישיבה "כנסת ישראל" (במקום ר' איצעלע פאנאוועזשער). ער האט געקליבן די צוויי שוואגערס, ר' איסר זלמן מיט ר' משה מרדכי עפשטיין צו ווערן מגידי שיעור. ר' איסר זלמן איז דעמאלסט געווען אלט 24. ער איז געקומען אונטער דער השפעה פון דער מוסר באוועגונג, וואס דער אלטער איז געווען איינער פון איר פירערס. ער איז געבליבן אין סלאבאדקע דריי יאר.

סלוצקער ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום תרנ"ז (1894) האט דער סלוצקער רב, רבי יעקב דוד ווילאווסקי (דער רידב"ז), געבעטן דעם אלטער פון סלאבאדקע צו העלפֿן אים גרינדן א ישיבה אויפן דרך פון מוסר. דער אלטער האט געשיקט רבי איסר זלמן קיין סלוצק פאר דעם צוועק מיט א חבורה פון 14 תלמידים. נאכדעם וואס דער רידב"ז האט זיך געצויגן אין אמעריקע (און דערנאך אין ארץ ישראל), האט מען באשטימט רבי איסר זלמן דער סלוצקער רב אין תרס"ג; ער האט געדינט אין דעם רבנות צוואנציג יאר, ביז תרפ"ג.

אין תר"ף האט הרב מעלצער באקומען א בריוו פון הרב הערש פסח פראנק פון ירושלים מיט א בקשה אז ער זאל אריבערפירן זיין ישיבה דארטן. אבער דעמאלסט איז נישט געווען קיין שעת הכושר.

די סאוועטן רעגירונג האט אים גערודפט צוליב זיין ארבעט פאר תורה און יידישקייט, ביז אין תרפ"א איז די ישיבה אנטלאפן פון סלוצק אינמיטן דער נאכט אונטער זיין איידעם רבי אהרן קאטלער ביז זיי זענען געקומען קיין קלעצק, וואס איז דעמאלסט געווען אין פוילן. חודש אדר תרפ"א האט מען באפרייט הרב מעלצער און ער איז אריבער צוריק צו דער ישיבה.

אלול תרפ"ג האט הרב מעלצער געטראפן די גדולי ישראל ביי דער כנסיה גדולה אין ווין, און זיי האבן אים געזאגט אז ער זאל זיך באזעצן אין ירושלים. ווינטער תרפ"ד האט רבי אהרן קאטלער איבערגענומען ווי ראש ישיבה און הרב מעלצער איז געפארן קיין ירושלים.

אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען הרב מעלצער איז אנגעקומען אין ארץ ישראל סוף חודש טבת תרפ"ה 1925 האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים, אן אמט וואס ער האט געהאלטן ביז זיין לעצטן טאג. אין ירושלים האט ער געשריבן די זיבן בענדער פון זיין ספר "אבן האזל", באזירט אויף זיינע שיעורים אין עץ חיים. אויך האט ער ארויסגעגעבן הגהות אויפן חידושי הרמב"ן אויף ש"ס.

ער איז געווען נאענט מיט הרב אברהם יצחק הכהן קוק, מיט וועמען ער האט א סך פארברענגט.

הרב מעלצער איז נפטר געווארן י' כסלו ה'תשי"ד, און מען האט אים באערדיקט אין הר המנוחות.

זיין ארבעט פארן ציבור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט זיך באטייליקט אין אגודת ישראל גלייך ווען זי איז געגרינדעט געווארן. ער איז געווען אין אלע דריי כנסיות גדולות און אין זיינע שפעטערע יארן איז ער געווארן פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה. אויך האט ער געגרינדעט די "וועד הישיבות" אין ווילנע, צוזאמען מיטן "חפץ חיים" און רבי חיים עוזר גראדזענסקי.

זיין משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ליינען ווייטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. a b c ישראל גולדן (ז' כסלו תשס"ט). "המודיע (ענגליש)", p. C6.