דאנאלד טראמפ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Donald Trump Approves 2016.jpg

דאנאלד דזשאן טראמפ (ענגליש: Donald John Trump, געבוירן 14טן יוני 1946) איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, מידיע פערזענליכקייט, פאליטיקאנט, און דער רעפובליקאנער נאמינירטער קאנדידאט פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער איז דער פארזיצער פון דער טראמפ ארגאניזאציע און דער אייגנטומער פון פילע 'טראמפ' ביזנעסער און דעוועלאפמענטס.

דאנאלד טראמפ'ס טאכטער איוואנקא האט זיך מגייר געווען לויט דער הלכה. זי האט געהייראט א איד, און זיי לעבן היינט אן ארטאדאקסישן לעבן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ווערק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

טראמפ איז דער ארויסגעבער פון עטליכע שטארק פאפולערע ביכער. צווישן זיי דער גאר אויפגעכאפטע בוך 'דער קונץ פונעם געשעפט' (The art of The Deal), וואס רעדט איבער וויאזוי צו פירן און שליסן געשעפטליכע פארהאנדלונגען.

אויך האט ער א יאר פאר די סעפטעמבער 11 אטאקע אויף די צווילונג וואלקן קראצערס אין מאנהעטן ארויסגעגעבן די בוך 'די אמעריקע וואס מיר פארדינען זיך' (The America We Deserve), אין וועלכע ער זאגט פאר אז טעראריסטן זענען נישט ווייט פון צו נוצן עראפלאנען אויסצופירן א שרעקליכע טעראריסטישע אטאקע אויפן אמעריקאנעם באדן. אין זיין בוך קריטיקירט ער די צוגאנג פונעם דעמאלטס'דיגן רעגירונג, וואס ברענגט נישט קיין גוטע קאנסעקווענצן.

פרעזידענט קאנדידאט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דאנאלד טראמפ האט גענומען ערנסט אין באטראכט צו לויפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניקטע שטאטן אין יאר 2012. ביים ענדע האט ער באשלאסן דעמאלט נישט צו לויפן. אנשטאט האט ער אויסגעווארט ביז די וואלן אין 2016.

פריימערי וואלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אין יולי 2015 האט ער געמאלדן אז ער לויפט צו זיין דער פרעזידענט קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי פאר די וואלן אין 2016. זינט דאן איז ער געווען אין צענטער פונעם פארמעסט, זייענדיג פאראויס אין רוב נאציאנאלע אנקעטעס. ער האט זיך פארמאסן אנטקעגן זעכצן אנדערע מאכטפולע קאנדידאטן, אריינגערעכנט גאווערנארס ווי זשעב בוש דער גאווערנאר פון פלארידע, קריס קריסטי דער גאווערנאר פון ניו זשערסי און דזשאן קעסיג דער גאווערנאר פון אהייא, און סענאטארן ווי טעד קרוז פון טעקסאס און מארקא רוביא פון פלארידע. אבער רוב פון זיי האבן זיך ארויסגעצויגן שוין אין די ערשטע פאזעס פונעם פארמעסט איינזעענדיג אז זיי האבן נישט קיין אויסזיכטן, מיטן אויסנאם פון געציילטע קאנדיטאטן ווי טעד קרוז, וועלכער האט געוואונען די וואלן אין א רייע שטאטן און איז געבליבן אינעם פארמעסט ביז כמעט צום סוף ווען עס איז קלאר געווארן אז טראמפ האט געוואונען די מערהייט פון די דעלעגאטן.

טראמפ האט גענאסן פון גאר אסאך קעגנערשאפט פון פאליטיקאנטן אינערהאלב די רעפובליקאנע פארטיי, זייענדיג א דרויסנדיגער מיט א לויזע און טשעפעדיגע צונג און א אפענע קריטיקירער פון פאליטישע פערזענליכקייטן. אבער נאכן אפהאלטן די פריימערי וואלן אין רוב שטאטן, אין א שווערע און היסטאריש שטורמישע פארמעסט, איז דער ביליאנער דאנאלד טראמפ דערקלערט געווארן דער פאקטישער געוואונער און איז באשטימט געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר די פרעזידענטליכע וואלן אין 2016.

ביי זיין קאמפיין האט טראמפ אויסגעגעבן די ווייניגסטע געלט פון אלע קאנדיטאטן, און דאך האט ער געבראכן די רעקארד באקומענדיג די מערסטע צאל שטימען פון סיי וועלכע רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט אין היסטאריע.

אלגעמיינע וואלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]