לדלג לתוכן

פאס

פֿון װיקיפּעדיע

א פאַַס (אדער פאספארט) איז א לעגאלע רייזע דאקומענט וועלכע ווערט צוגעשטעלט דורך א נאציאנאלער רעגירונג צו אינדענטיפיצירן דעם פאסאזשיר וואס וויל אריינגיין אין אן אנדער לאנד.


דער ערשטער פאס ווערט דערמאנט אין ספר נחמיה, ווען דער מלך ארתחשסתא האט אים געגעבן א בריוו כדי ער זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל און אנקומען געזונטערהייט.

דער מאדערנער פאס גייט צוריק עטליכע הונדערט יאר. פילע רעגירונגן ארום די וועלט האבן שוין אין די אלטע צייטן פארשטאנען אז זיי מוזן צושטעלן א סערטיפעקאט פאר אירע בירגער וועלכע פארן ארויס פון לאנד זיי צו אינדענטיפיצירן און זיי צו פארזיכערן אז זיי קענען צוריק אריינקומען אין לאנד. אנגעהויבן האט זיך עס אין די גרעסערע לענדער און ביז די מיטעלע יארן פונעם 19'טן יאר-הונדערט האבן שוין רוב לענדער געגעבן פאספארטן פאר אירע בירגער אבער מען האט נאך געקענט ארויספארן פון לאנד אן דעם. אין מלחמה צייטן האבן רוב לענדער יא פארלאנגט פאספארטן פון יעדן רייזנדן. אין אמעריקע האט קאנגרעס באשטימט דעם 15טן דעצעמבער 1915 אלס דער ערשטער טאג וואס קיין איין בירגער וועט מער נישט קענען פארלאזן דאס לאנד צו גיין אינטערנאציאנאל אן א פאס.

א פאס ווייזט געווינלעך:

  • משפחה נאמען פונעם האלטער
  • פערזענלעכער נאמען/נעמען פונעם האלטער
  • א פאס פאטאגראפיע
  • מין
  • געבורטסטאג און געבורטסארט
  • פלאץ, נאמען און ארט וואו מען האט ארויסגעגעבן דעם פאס
  • נומער פונעם פאס
  • אונטערשריפט פון האלטער

די לענדער אין דעם אייראפעישן פארבאנד האבן באשלאסן אז פונעם 28סטן אויגוסט 2008 וועלן זיין אלע פאסן ביאמעטריש.

דער נארמאלער פאס איז פאר סוחרים און טוריסטן צו פארן אין פרעמדע לענדער.

באאמטער פון א רעגירונג וואס פארן אויף אפיציעלע צוועקן פארן מיט אן אפיציעלן פאס.

א דיפלאמאט ווען ער פארט צו א לאנד וואו ער רעפרעזענטירט די רעגירונג פון זיין אייגענער מדינה, פארט ער מיט א דיפלאמאטישן פאס.

אין די פאראייניגטע שטאטן ווערן די פאספארטן געמאכט דורך דעם שטאַט־דעפארטמענט מיט אירע פליגלען אין 13 גרויסע שטעט ארום דעם לאנד און איבער 3,500 פאספארט ביוראען. מענטשן קענען אפעלירן פאר א פאספארט אין פארשידענע ערטער ווי פאסט אפיסעס אדער פריוואטע אגענטורן. א פאספארט ווערט געפאדערט סיי ארויסצופארן און סיי צוריק אריינצוקומען אין לאנד. אמאל איז דאס נאר געווען פאר די וואס פארן אריבער די וואסער. קיין מעקסיקא, קאנאדע, קאריביען, און אנדערע דרום אמעריקאנער לענדער איז דאס א נייע זיכערהייט מיטל וועלכע קאנגרעס האט אנגעהויבן פארלאנגן באלד נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס.

אין אמעריקע איז א פאספארט גילטיג 10 יאר פאר ערוואקסענע און 5 יאר פאר קינדער וועלכע'ס געשטעל טוישט זיך שנעל. ווען א פאספארט לויפט אויס קען דאס נישט באנייט ווערן ווי אלע אנדערע אינדענטיפיקאציע קארטעלך נאר מוז גענצליך איבערגעמאכט ווערן.

וויבאלד א פאספארט איז אזא וויכטיגע דאקומענט איז פאראן אסאך שווינדל אין דעם און דער שטאַט־דעפארטמענט טוישט כסדר די טעכנאלאגיעס אין דעם ביכל אז מען זאל דאס נישט קענען פעלשן. עס איז פאראן א ספעציעלע פאדעם אינעווייניג און אויך א ספעציעלע טינט ווערט גענוצט דאס צו דרוקן. די קאליר פון די אמעריקאנער פאספארט בעפאר די לעצטע איבערמאכונג אין 94' איז געווען גרין און איז היינט בלוי.

א פאס איז א קליין ביכל מיט די אינדענטיפיקאציע פון דעם פערזענליכן מענטש אויפן פאדערשטן זייט מיט א בילד. דאס ביכל פארמאגט 24 זייטן פון וועלכע 15 זענען געמאכט צו זיגלן ארויסגאנג און אריינגאנג צו פרעמדע לענדער. די 15 זייטן קענען אויך גענוצט ווערן פאר וויזעס וועלכע טייל לענדער פארלאנגן צו קענען דארט אריינקומען. ווען מען אפעלירט פאר א וויזע שיקט מען אוועק די פאספארט אינאיינעם מיט די אפליקאציע און די וויזע ווערט ארויפגעזיגעלט אויף די בלעטער. אויב דאס ביכל ווערט איבערגעפילט קען מען פארלאנגן פון די פאספארט אפיס נאך בלעטער. 3 זייטן זענען באשטימט פאר עמענמענדט און ענדארסמענטס, צום ביישפיל אויב איינער טוישט לעגאל זיין נאמען אדער אדרעס. די איבעריגע זייטן אנטהאלטן די אינדעטיפיקאציע אינפארמאציע און אלע אינפארמאציע וועגן די פאספארט אגענטור און אלע תנאים איבער די זיכערהייט פאר די בירגער ווען זיי געפינען זיך אויסער די גרעניצן פון אמעריקע.

צו מאכן א פאספארט דארף מען פערזענליך אראפגיין צו א פאספארט אפיס און נאר קינדער קענען אפעלירן דורך נעמען א בילד און שיקן מיט די עלטערן. אפילו גאר קליינע קינדער וואס פארן ארויס פון לאנד דארפן האבן א פאספארט נאר אן א בילד.


יעדער בירגער קען באקומען א פאספארט פאר א געוויסע אפצאל. נארמאלערהייט דארף מען אפעלירן פאר א פאס א שטיק צייט איידער מען וויל ארויספארן פון לאנד און מען דארף אנגעבן וואו און ווען מען וויל פארן. צו אפעלירן פאר א פאספארט דארף מען ערשט אויספילן אן אפליקאציע וועלכע מען קען באקומען אויף מערערע פלעצער און דערנאך דארף מען פערזענליך אראפגיין צו א פאספארט אפיס. אויב וויל מען פארן צו א לאנד וועלכע פארלאנגט אויך א וויזע דארף מען האבן נאך צייט צו קענען באקומען די וויזעס וועלע געדויערט געווענליך עטליכע וואכן.

די וואס פארמאגן א פאספארט דארפן זיכער מאכן אז דער פאס איז נאך גילטיג ווען מען פארט ארויס פון לאנד כדי מען זאל נישט דארפן צוקומען צו עגמת נפש. רוב לענדער וועלן נישט אריינלאזן מיט אן אויסגעלאפענע פאספארט און אפילו אויפן וועג צוריק קיין אמעריקע וועט די קאסטומס אגענטור מאכן פראבלעמען. געוויסע לענדער פארלאנגען אז דער פאס מוז בלייבן גילטיג 6 מאנאטן נאכדעם וואס מען גייט צוריק צום היים לאנד.

וויבאלד מענטשן דערמאנען זיך לעצטע מינוט אדער קומען אויף מיט נסיעות לעצטע מינוט האט די פאספארט אגענטור אנגעהויבן א שנעלע דינסט אין די 1950 יארן. עס קאסט עקסטערע און די פאספארט אגענטור רעקאמענדירט מען זאל דאס שיקן אווערנייט שיפינג אהין און צוריק צו מאכן אלעס שנעלער וועלכע מען באצאלט פון פארויס פאר די פאספארט אפיס. אין אזא פאל וועט עס געדויערן ארום 3 טעג צו באקומען א פאספארט און אויב נישט וועט א שנעלע פאספארט געדויערן בערך א וואך. דאס זעלבע קען געטאן ווערן צו מאכן אן אמענמענד אין די פאספארט.

ווען מען גייט אראפ צו די פאספארט אפיס דארף מען האבן די אפליקאציע אויסגעפילט אינגאנצן אבער נישט אונטערגעשריבן ווייל מען דארף דאס אונטערשרייבן פארענט פון דעם פאספארט אגענט. מען ברויך מיטברענגען אידענטיפיקציע אז מען איז א בירגער, וואס קען זיין א געוועזענער פאספארט, א געבורטס סערטיפיקאט, א בירגערשאפט סערטיפיקאט, אדער א נאטוראליזיאציע סערטיפיקאט. אויב מען פארמאגט נישט קין איינע פון די אויבנדערמאנטע אינדענטיפיקאציע קארטלעך קען מען פארלאנגן פון דעם שטאַט א "לעטער אוו נאו רעקארד" אין וועלכע די שטאט פארזיכערט די נאמען און אדערס פון דעם מענטש און אז יענער פארמאגט נישט קיין אינדענטיפיקאציע. אין אזא פאל דארף מען ברענגן אלע אינדענטיפיקאציע קארטעלך וואס מען פארמאגט.

אויב עס גייט נאך אלץ נישט איז פאראן א מעגליכקייט צו ברענגן א פאמיליע מיטגלידער וועלכער פארמאגט יא געהעריגע אינדענטיפיקאציע און יענער זאגט עדות אז ער קען שוין דעם מענטש פאר ווייניגסטענס צוויי יאר. דער אפליקאנט וועט נאר דארפן ברענגן אנדערע דאקומענטן וועלכע אנטהאלטן זיין אינטערשריפט די פאספארט אגענטן זאלן קענען זען אויב ער/זי איז טאקע דער מענטש וועלכע איז אנגעגעבן געווארן.

צו מאכן א פאספארט דארף מען געבן די סאציאל סעקיוריטי נומער און אויב אנטזאגט מען זיך דערפון קען מען באקומען א סומענס פון $500 דורך די איי-אר-עס וועלכע באקומט אלע אינפארמאציע וועגן אזעלכע פעלער.

דאס בילד וואס מען ברענגט פאר די פאספארט אפיס מוז זיין גענוי 2 ביי 2 אינטשעס און דארף אנטהאלטן די גאנצע קאפ אין די גרויס פון 3/8 1 אינטשעס. דאס בילד קען זיין קאלירט אדער שווארץ און ווייס. מען מעג נישט אנהאבן קיין הוט אויפ'ן קאפ אדער סיי וואספארא אנדערע זאך וואס באלאנגט נישט אויפ'ן קאפ. גלעזער איז יא ערלויבט אויב מען גייט דערמיט געווענליך. דאס בעסטע איז צו נעמען דאס בילד ביי א פלאץ וואס טוט דאס פראפעסיאנעל (היינט צו טאג יעדע פאטא געשעפט) וועלכע קענען שוין אלע געזעצן און אזוי איז מען פארזיכערט אז די פאספארט אגענטור וועט נישט אפזאגן דאס בילד.

צו אפעלירן פאר א פאספארט קאסט $60 פאר אן ערוואקסענער און $40 פאר א קינד. די וואס פארלאנגן ספעציעלע סערוויס קאסט מער געלט. באנייען א פאספארט קאסט נאר $40. אויב מען געפינט זיך אינדרויס פון די פאראייניגטע שטאטן און די פאספארט עקספייערט קען מען אפעלירן ביי די אמעריקאנער אמבאסאדע אדער קאנסולאט סערוויס. צו באנייען א פאספארט דארף מען אריינשיקן די אלטע און ווען מען באקומט די נייע באקומט מען אויך צוריק די אלטע געזיגעלט מיט די ווארט "קענסעלד". מענטשן לייגן אוועק אלטע פאספארטן אלס אן אנדענק וואו מען איז געפארן.

אויב איינער איז א בירגער אין מער ווי איין לאנד מעג ער לעגאל האבן מער ווי איין פאספארט אבער עס איז נישט רעקאמענדירט צו טראגן מיט זיך מער ווי איין פאספארט.

פארלוירענע אדער גע'גנב'טע פאספארטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארלירן א פאספארט איז נישט קיין פשוט'ע זאך און מען דארף זיך באלד וויסנדיג מאכן דערפון ווייל עס קען גרינג זיין אז עס איז גע'גנב'ט געווארן אדער אויב איינער האט עס געטראפן און וועט דאס נוצן. די פאספארט אגענטור רעקאמענדירט מען זאל מאכן צוויי פאטאקאפיס פון די ערשטע זייט פון די פאספארט און האלטן איינס אינדערהיים און די אנדערע מיט זיך אפגעטיילט פון די ארגינעלע פאספארט. מיט א פאטאקאפי וועט מען גרינגער זיך קענען אן עצה געבן וויבאלד מען האט דארט אלע אינפארמאציע וואס מען דארף האבן.

ווען דאס פאסירט און מען האט שוין דורכגעזוכט איבעראל און מען טרעפט דאס נישט דארף מען פיילן א סטעיטמענט וועלכע רופט זיך "64-DSP" אין וועלכע מען דעקלערט אז מען האט פארלוירן די פאספארט אדער אז עס איז גע'גנב'ט געווארן. מען קען אויך אין די זעלבע צייט אפעלירן פאר א נייע מיט די נויטיגע אפליקאציע. אויב מען איז אינדרויסן פון לאנד און מען האט נישט קיין צייט צו מאכן א נייע פאספארט דעמאלט איז וויכטיג צו האבן די פאספארט נומער ווען מען קומט צוריק אריין אין לאנד.