עדה החרדית

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דאס שטעמפל פון דער עדה'ס וועד הכשרות

די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל.

איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אונגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנה'ס קעגן די ציונים.

דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.

שפעטער איז דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער גאב"ד.

אין יאר ה'תשל"ט ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.

אין יענער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות.

נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געוארן גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים, נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר ה'תשס"ב, היינט איז דארט רב הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א.

צווישן דער הנהלה איז יארן געווען גרשון שטעמער און שלמה פאפנהיים.

די רבנים פון דער עדה (גאב"ד)[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ראשי בית דין (ראב"ד)[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

געוועזענע דיינים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די היינטיגע חברי ביד"צ[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די היינטיגע מורי הוראה פון דער עדה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • הרב משה זאקס
  • הרב אברהם דוב ליטמאנאוויטש
  • הרב משה ניישלאס
  • הרב מענדל פוקס

דרויסנדיגע לינקן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דעקלעראציעס דורך דער עדה