משה אריה פריינד
געבורט | 1903 | |
---|---|---|
טויט | 1996 (אלט 93 בערך) | |
מדינה | ישראל | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
פאך | רב | |
געבורט |
1903 ו' תשרי תרס"ד | |
---|---|---|
טויט |
1996 (אלט 93 בערך) כ' אלול תשנ"ו | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
מדינה | ישראל | |
טעטיקייט ארט | סאטמאר, ירושלים | |
רבי משה אריה פריינד (ו' תשרי תרס"ד – כ' אלול תשנ"ו) איז געווען רב אין סאטמאר, עסטרייך-אונגארישע אימפעריע (היינט רומעניע) און אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה אריה פריינד איז געבורין געווארן צום הוניאדער רב, רבי ישראל פריינד, א זון פונעם נאסוידער רב, רבי אברהם יהושע פריינד.
ער האט פארלוירן א גאנצע משפחה פון א פרוי מיט צען קינדער ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.
ער האט חתונה געהאט צוויי מאל נאך דעם קריג, אבער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
באלד נאך דער מלחמה איז ער געווען רב אין דער שטאט סאטמאר.
ער איז יארן געווען דער ראש ישיבה אין סאטמארער ישיבה ייטב לב אין ירושלים, ווען דער סאטמארער רבי יואל טייטלבוים איז נפטר געווארן, כ"ו אב תשל"ט, איז רבי משה ארי' פריינד אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד עדה החרדית אין ירושלים. נאך דער פטירה פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל, סיון תשמ"ט, איז רמ"א פריינד געווארן דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק.
סוף ימיו האט מען געמאכט מיט אים א רבי'סטעווע. ער איז געווען שטארק פארהייליגט און געהאט טויזנטער מעריצים איבער דער וועלט.
נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער, האט ער געגרינדעט מוסדות רמ"א, לשמו ולזכרו, זיינע ספרים זענען עטרת יהושע.
פון זיינע הייסע אנהענגער זענען געווען זיינע תלמידים פון דער סאטמארער ישיבה אין ירושלים. און ער איז געווען פארעהרט ביי פילע צענדליגער טויזנטער אידן וואס פלעגן קומט גאר אפט צו אים פאר ברכות אדער צוזען זיין עבודה.