לדלג לתוכן

מירער ישיבה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ישיבת מיר)
מירער ישיבה
themir.org.il
בית ישעיה בנין פון מירער ישיבה אין בית ישראל

מירער ישיבה איז געווען א ישיבה געגרינדעט אינעם שטעטל מיר אין דער ליטע (היינט בעלארוס). די מירער ישיבה איז געגרינדעט אין יאר תקע"ה דורך רבי שמואל טיקטינסקי.

היינט איז דא א מירער ישיבה אין ירושלים מיט 8000 תלמידים, די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט, וואס האט א פיליאל אין בראכפעלד, מודיעין עילית. אויך איז דא א מירער ישיבה אין ברוקלין, ניו יארק.

די ישיבה ביז דער ערשטער וועלט מלחמה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מירער ישיבה איז געגרינדעט אין יאר תקע"ה דורך רבי שמואל טיקטינסקי. נאך דער פטירה פון הרב שמואל טיקטינסקי האט געדינט זיין זון אברהם ווי ראש ישיבה, אבער ער איז יונגערהייט אוועק. נאך אים איז זיין ממלא מקום געווען הרב יוסף דוד אייזנשטאט (נפטר אין תר"ו (1846), און נאך אים האט געדינט דער צווייטער זון פון דעם גרינדער פון דער, הרב חיים לייב טיקטינסקי, ביז תרנ"ט (1899). אין יענער תקופה האט דערגרייכט די צאל תלמידים צו 120.

אין תרנ"ט (1899) איז הרב אליהו ברוך קאמאי, שטאטס רב פון מיר, געווארן ראש ישיבה, און ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז תרע"ז (1917). אין תרס"ז (1907) האט מען באשטימט זיין איידעם הרב אליעזר יהודה פינקל פאר א ר"מ אין ישיבה, און נאך זיין שווערס פטירה איז ער געווארן ראש ישיבה צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב אברהם צבי קאמאי. אין דער תקופה האט די ישיבה ארויסגעזען אין לערנען מוסר, דורך דער השפעה פון רבי אליעזר יודל און דעם משגיח הרב ירוחם לייבאוויץ.

די ישיבה צווישן די וועלט מלחמות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דאס שטעטל מיר און די רוסן האבן עוואקואירט די איינוואוינער טיפער אין רוסלאנד. ווען מ'האט געחתמעט דעם ריגא אפמאך צווישן דעם סאוועטן פארבאנד און פוילן אין 1922, זענען די איינוואוינער צוריקגעקומען צו וואוינען אונטער פוילישער הערשאפט. די ישיבה האט ווייטער געוואקסן, און ביז דער צווייטער וועלט מלחמה האט געשטיגן די צאל תלמידים אין דער ישיבה צו 400. מ'האט גערופן די "ראשי ישיבות ישיבה", ווייל א סך ראשי ישיבות האבן געהאט געלערנט דארט.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שפעטער בשעת דעם ביטערן חורבן אייראפע וואס האט באטראפן דאס אידנטום מיטן אויסברוך פון דעם צווייטן וועלט קריג האבן זיך אנגעשלאסן דערין נאך עטליכע ליטווישע ישיבות און געווארן איינגעשמאלצן אלס איין גרויסע ישיבה און אזוי ארום צוזאמען מיט זיי זיך ארויסגעראטעוועט מיט אויסטערלישע נסים דורך'ן אריבערפארן קיין רוסלאנד אלס טוריסטן. אדר תש״א זענען זיי אנגעקומען אין וולאדיוואסטאק. אויך דארטן האט זיי די רוסישע רעגירונג זיי געטשפעט ביז מ׳האט זיי דערלויבט ארויפגיין אויף דער שיף. דערנאך פון דארטן קיין יאפאן און דערנאך אריבער צו שאנכיי און זיך דארטן אויפגעהאלטן ביז צום סוף פונעם קריג, אזוי איז אויסגעקומען אז תיכף נאך דעם קריג איז דאס אויטאמטיש געווען די גרעסטע ישיבה פון די ליטווישע קרייזן, דעם טיטול וואס זי האלט נאך אן היינט א קנאפע 70 יאר שפעטער.

מירער ישיבה אין ברוקלין

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאכן קריג זענען טייל תלמידים געפארן קיין אמעריקע ווי די ישיבה האט זיך פונדאסניי אוועקגעשטעלט אונטער דעם משגיח נאך פון דערהיים רבי אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל (וואס האט שוין אינמיטן דעם קריג אזוי אסאך אנדערע צ.ב.ש. רבי אהרן קאטלער ז"ל געפליכטעט קיין אמעריקע, און ער איז געווען דער ראש פון דעם וועד הפועל וואס די ישיבה האט אויפגעשטעלט אין דער וועלט וואס האט זיי געשאפן פינאנצן אז זיי זאלן האבן פון ווי צו לעבן אי די פינסטערע צייטן) און עס איז פון דעמאלטס אן ביזן היינטיגן טאג באזירט און פלעטבוש אויף אוישן פארקוועי.

מירער ישיבה אין ירושלים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
די "בית שלום" געביידע פון דער מירער ישיבה אין בית ישראל

אבער דער גרעסערער טייל איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל ווי זיי האבן זיך פריש אוועקגעשטעלט אין ירושלים אונטער דער השפעה פון ר' חיים שמואלעוויטש (ר' יחזקאל לעווינשטיין דער משגיח איז נאכן קריג אויפגענומען געווארן אלס משגיח אין דער בארימטער פאנאוועזשער ישיבה וואס געפונט זיך אין בני ברק), און נאך ביזן היינטיגן טאג איז זי בארימט אלס דער גרעסטער מקום תורה וואס די וועלט פארמאגט מיט נאנט צו זיבן טויזנט תלמידים. די תלמידים קומען פון צענדליקע לענדער אין דער וועלט. מער ווי דריי טויזנט זענען פון די פאראייניגטע שטאטן און 800 פון ענגלאנד.

די ישיבה אין ירושלים איז צעשפרייט איבער עטלעכע געביידעס.

אין "בית שלום" געפינט זיך דער בית המדרש פונעם "דף" פראגראם, וואו מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא. דער פראגראם ווערט געפירט דורך הרב יוסף גוטפארב. אויך אין דעם בנין לערנען די וואס גייען צום שיעור פון רבי אשר אריאלי, וואס ער זאגט טאג טעגלעך פאר מער ווי 500 מענטשן. "בית שלום" האט אויך אינטערנאטן און אן עס־זאל.

אין תשס"ה האט מעט געווידמעט דאס בניין "בית ישעיה" וואס האט 1500 פלעצער צו לערנען, און נאך דערצו אויך עס־צימערן און אן אינטערנאט.

די געביידע האט צוויי בתי מדרשים. "וואלמארק" באדינט בעיקר אמעריקאנער בחורים, אונטער רבי ניסן קאפלאן און רבי משה אהרן פרידמאן. אין דעם "בית ישעיה" בית מדרש לערנען אייראפעישע בחורים, פון ענגלאנד, פראנקרייך און בעלגיע, ווי אויך דער חסידישער ראם אונטער דער פירערשאפט פון רבי אליעזר יהודה פינקל, וואס איז היינט געווארן דער ראש ישיבה.

"בנין פרידמאן" איז א בית מדרש וואו פיר הונדערט ישראלדיגע יונגעלייט און בחורים לערנען. אלע מוזן האלטן פעסטע סדרים; די פלעצער אין דעם בית מדרש ווערן אויסגעטיילט אין אנהייב יעדן זמן צו די וואס האבן געהאלטן גוט די אלע סדרים אין דער פריערדיקן זמן. די חבורה איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הרב מרדכי יפה (זון של הרב דוב יפה). די רבנים פון דעם פרידמאן בית המדרש זענען הרב יעקב שמואלעוויטש, וואס זאגט דעם "שיעור כללי" אין דעם בית המדרש, הרב ישעיה פינקל (זון פון הרב נתן צבי פינקל) און הרב שלמה שפיצער.

אין מיר איז דא מער בחורים ווי זיצן און שטענדערס, ס'איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט אז מ'זאל דארפן קומען און כאפן א פלאץ, ס'האט פונקטלעכע הלכות וויאזוי ס'ארבעט, חזקה, כל דאלים גבר... איינע פון די געזעצן איז אז אויב קומט מען אן נאך ניין דרייסיג האט מען נישט קיין שום רעכט אויף קיין פלעצער, איז כאפט מען א פלאץ 9:29 און ווען דער בעל החזקה קומט אן א מינוט שפעטער שלאגט מען זיך ארום אויב ס'איז שוין 9:31 אדער נאך 9:30.

עס ארבעט מיט חבורות, ס'איז דא עטליכע חסידישע חבורות ווי רב דרוק וואס איז געווען אין בית מדרש בית ישעיה, רבי חיים פינקל א ברודער פונעם ראש ישיבה פירט א חסידישע חבורה אין בית ישעיה אויבן, רב ישעיה פערקאוויטש וואס איז געווען באשריבן אין מאמענט אויפן דעקל אלץ ראש ישיבה פון די חסידישע בחורים, איז א ראש חבורה פאר א קליינער קבוצה בעיקר ישראלדיקע בחורים אינעם קעלער פון בית שלום. אויך האט זיך געעפנט מיט עטליכע יאר צוריק א גרויסע חסידישע חבורה אונטער רבי מאיר ווערזיגער, א ליטווישע אינגערמאן, צוזאמען מיט א שואל ומשיב א בעלזער אינגערמאן אליקים שטארק. ווי אויך לערנען אסאך בחורים צאמגעמישט מיט די ליטאים ביי רבי אשר אריאלי'ס חבורה, על פי רוב די וואס האלטן זיך פאר למדנים אדער די וואס משום איזה סיבה שהוא זיך איינגערעדט אז ס'העלפט פאר שידוכים.

נאכדעם איז דא רבי איטשע מאיר שטערנבוך, אן אנהענגער פון דער באבוב 45 קהילה, א זון פונעם רב פון באבוב 45 בית מדרש אין ירושלים, ער האט א חבורה פאר זיך אין דער ווייבער שול פון בית שלום, פונקט אינמיטן, דארט איז געווען ארום 200 זיצן רוב איז געווען ליטווישע, לעבן ר' איטשע מאיר'ס ווינקל איז געזעצן א חבורה'לע פון בעלי תשובה, ס'גייט געווענטליך אז מ'בעט דעם מגיד שיעור איך קען קומען אין דיין חבורה און ער זאגט געווענליך יא, אבער ר' איטשע מאיר קען אפזאגן. רוב ראשי חבורות פלעגן ארבעטן בבחינת בית הילל מ'פלעגט זיך איינשרייבן זיי פלעגן גרינג אנעמען און אויב מ'האט געזען אז משטעלט זיך צו האבן זיי געגעבן א פלאץ, אבער ר' איטשע מאיר איז געווען מער אזא בית שמאי סטיל ער האט נישט געוואלט אנעמען יעדן, האט ער גענומען אזא צוגאנג אז נאר די וואס האבן עס געמיינט ערנסט זענען געקומען צו אים אנדערע זענען נישט געקומען און אפילו טאמער יא זענען זיי אוועקגעגאנגען קורצליך נאכדעם, ער האט געקענט פיין אריינפליקן בחורים.

אין די חבורה איז אויך געווען א שואל ומשיב ר' בנציון סטעמפל א שמייכלדיגע אינגערמאן פון באבוב 45 וואס האט זיך אביסל פארגעקוקט, ר' איטשע מאיר פלעגט געבן א שיעור צוויי מאל א וואך פאר א שעה, די שיעור איז געווען א מחזה הוד, ר' איטשע מאיר האט זיך געהאלטן פאר א קאלעגע ממש פאר ר' אשר אריאלי, און ער האט פרובירט אים אביסל נאכצומאכן, אזוי ווי ר' אשר פלעגט פארלערנען אין א שטארק צושטופטע בית מדרש, האט ער געטון די זעלבע פארגעלערנט אין א פיצעלע שטיבל אונטער בית מנחם.

אין די שטיבל וואלט אריינגעגאנגען אין נארמאלע אומשטענדן פערציג מענטשן צאמגעשטופט, איז אנפאנג זמן אריין ארום זיבעציג חברה, ס'איז געווען עטליכע בענק און אסאך פלאסטיק בענקליך אויסגעשפרייעט ווי ס'איז געווען אן אינטש פלאץ אריינגעשטופט ציווישן די פוס, ממש ווי סארדינס, דער לעצטער איז די מגיד שיעור איינגעקומען און זיך געשטעלט ביי זיין שטענדער לעבן די טיר און מ'האט געגעבן אזא האק צו די טיר זיכער צו מאכן אז קיינער פאלט נישט ארויס פון גרויס דרוק.... פארשטייט זיך חנוכה צייט איז שוין געווען סאך מער פלאץ... אגב חנוכה האט ער געטיילט חנוכה געלט פאר ווער ס'איז געקומען צום שיעור, ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געגעבן 50 שקל וואס איז א סכום נכבד פאר א בחור און פאר א מגיד שיעור צו טיילן פאר א האלבע עולם, די אנדערע האלב איז נישט אנגעקומען חנוכה כמובן...

דער מגיד שיעור פלעגט געבן א שיעור וואס ס'איז געגאנגען פייער, ס'איז געווען אויף די ליטווישע סטייל לומדות אבער מיט א ברען אז ס'האט געפלאקערט, די מגיד שיעור איז אזא ברייטער געשטעל גרויסע פלאמעדיגע באקן און א פולע בארד מיט א פיינעם שטימע, ווען ער האט געפרעגט א קשיא האט עס אפגעדונערט, ווען ער האט געהאט א שטארקע חידוש האט זיך זיינע באקן אויפגעבלאזן מיט א פייער ס'האט ערפילט די גאנצע חלל פונעם צימער (די ביסל חלל וואס איז געבליבן...)

ער פלעגט ליב האבן ארייציווארפן בקיאות אין ענגליש, ווי צו ווייזן פאר די אמעריקאנע ווי גוט ער קען, ס'איז געזעצן א עלטערע ליטווישע אידל וואס פלעגט לערנען מיט א בחור, יענער פלעגט אריינפרעגן מיט א שטארקע ליטווישע אקצענט, און ר' איטשע מאיר פלעגט אים ענטפערן מיטן זעלבן אקצענט... איך ווייס נישט פארוואס יענער האט נישט ביים צוריקענטפערן נאכגעמאכט ר' איטשע מאיר...

ער פלעגט פירן א סעודת שבת איין אדער צוויי מאל א זמן ווי אויך איז מען געפארן אויף א שבת התוועדות אין טבריה וואס די ישיבה האט באצאלט, אבער ער האט געהאט א ספעציעלע געשמאק צו ברענגען קדם גרעיפ זשוס און גאלדען פלאו זשוסעס, ביי די סעודות פלעגט ער אויפטרעטן מיט זיינע השקפות און מוסר און פארשטייט זיך פיינע ווערטלעך, איין גוטע מעשה וואס ער האט אזוי אראפגעלייגט מיט זאפט ביי די שבת אין טבריה:

ער האט ארויסגעברענגט איבער די נושא פון גאווה, ווי א שלעכטע מידה ס'איז, האט ער פארציילט את חטאי אני מזכיר היום, ער האט גערעדט אפענהארציג זאגנדיג אז ער פלעגט אמאל שטארק ליידן אויף גאווה, ער האט פארציילט ווי ווייט ס'איז געגאנגען, ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאדיגורא ישיבה (אין ירושלים דאכצעך מיר), ער פלעגט זיך רופן מרמ"י סאדיגורא, און ער האט עס גענומען זייער ערנסט, ער איז אלץ ארומגעגאנגען מיט צוויי גרויסע ספרים אין די האנט א ר' חיים מיט נאך איינס, ער האט עס ממש קיינמאל נישט אראפגעלייגט, זיין ווייב האט אים אמאל געזאגט אז ס'איז א שאד אז דו זאלסט זיך אזוי שלעפן, איך קען דיר עס צונייען צו דיין רעקל.... ויהי היום און זיין שוואגער אין בני ברק האט געמאכט א ברית און ער האט אים געליידענט צו די שמחה, ער האט אזוי געקלערט צו זיך אז מסתם וועט ער מיר שיקן א קאר אפצונעמען אזא חשובע מגיד שיעור ווי ער, אבער זיין שוואגער האט נישט געאפערט האט ער בלית ברירה געדארפט גיין מיט די באס, ביי די ברית האט ער פארשטאנען אז סנדקאות וועט ער טאקע נישט באקומען אבער א גרעסערע כיבוד וועט מען אים זיכער געבן, ער איז "מ"רמי ישיבת סאדיגורא ווען מען אים זיכער געבן "מ"הכיסה אדער "מ"הסנדק, למעשה הערט ער ווי די שמש שרייעט אויס איטשע מאיר שטרנבוך חיקה! ער האט זיך ווייטער געבליקט אינעם ספר וואס ער האט געהאלטן ווי כאילו נישט אים מיינט מען, איז געווען דארט א עלטערע גאליציאנע אידל וואס האט דאס באמערקט און האט זיך אנגערופן בקול רעש גדול, איטשע מאיר! מיט אזא גאליציאנישע אקצענט וואס ר' איטשע מאיר האט אזוי זיס נאכגעמאכט, איטשע מאיר פאסט דיר נישט צו זיין חיקה?! ער האט פרובירט צו איגנארן אבער דער איד לאזט נישט נאך, און ער זאגט נאכאמאל איטשע מאיר אזוי חשוב ביזטו שוין פאסט דיר נישט צו נעמען חיקה?! דער גאנצער עולם'ס בליקן איז געווען געווענדעט צו אים ער האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות געכאפט א טלית און געלאפן האלטן די בעבי, און אויפן וועג געזוכט א לאך ווי זיך צו באגראבן פאר בושה, ער האט אויסגעפירט אז קודם האט ער נישט געוואלט מוחל זיין דעם איד, למעשה היינט איז ער אים דאנקבאר פאר די לעסאן וואס ער האט באקומען, און דערף שוין נישט די כבוד, היינטיגע צייטן דארף ער נאר די כבוד וואס מ'קען באקומען ווען א תלמיד פארהערט זיך, (עפעס א שמינית שבשמינית איז נאך געבליבן...)

ער האט אמאל געזאגט אז ער האט געטראגן זיינע קינדער זעהן דעם אלטן קאליבער, נישט ווייל ער איז אזוי קלוג ווי שלמה המלך נאר פשוט זיי זאלן זעהן וויאזוי שלמה המלך'ס שטול האט אויסגעקוקט...‏[1]

מירער ישיבה אין בראכפעלד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
מירער ישיבה אין בראכפעלד

רבי שמריהו יוסף פינקל האט אויפגעשטעלט א צווייג פון דער מירער ישיבה (ירושלים) אין "בראכפעלד מאיאנטעק", מודיעין עילית. 600 בחורים לערנען אין דער ישיבה, און נאך 300 יונגעלייט. דער ערשטער ראש ישיבה איז געווען רבי אריה פינקל; היינט איז רבי נועם אלון, איידעם פון רבי נתן צבי פינקל, ראש ישיבה.

די פריערדיקע ראשי ישיבות זענען געווען:

אין מיר, פוילן:

  • רבי שמואל טיקטינסקי (גרינדער) - (תקע"ה - תקפ"ג), נפטר תקצ"ה.
  • רבי אברהם טיקטינסקי - (תקפ"ג - תקצ"ה)
  • רבי יוסף דוד אייזנשטאט (ר' דוד'ל מירער)- (תקצ"ה - תר"ו)
  • רבי משה אברהם אייזנשטאט (אב"ד זשעטל) - (תר"ו -)
  • רבי חיים יהודה לייב טיקטינסקי – (תרי"ט – תרנ"ט)
  • רבי אברהם טיקטינסקי (ב) - (תרל"ו -)
  • רבי אליהו ברוך קאמאי - (תרנ"ט - תרע"ז)
  • רבי אברהם צבי קאמאי - (תרע"ז – תש"ב), דערמארדעט אין חורבן אייראפע.

אין מיר און אין ירושלים:

אין שאנכיי און אין ירושלים:

אין ירושלים:

דער היינטיקער ראש ישיבה אין ירושלים איז רבי אליעזר יהודה פינקל, רבי נתן צבי'ס צווייטער זון. אויך גערעכנט צווישן די ראשי ישיבות זענען רבי רפאל שמואלעוויטש (נפ' תשע״ו), א זון פון רבי חיים שמואלעוויטש, און רבי יצחק אזרחי.

אין ברוקלין:

  1. ר' איטשע מאיר שטרנבוך און אסאך דעטאלן איבער די חסידישע ישיבה מיר אויף אייוועלט