משה שוואב
געבורט |
1917 פראנקפורט, דייטשע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט | 1979 (אלט 62 בערך) | |
הרב משה שוואַב (י' ניסן ה'תרע"ז, 1917 – ב' אדר תשל"ט, 1979) איז געווען דער משגיח פון דער גייטסהעדער ישיבה אין ענגלאנד.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משה שוואב איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, דייטשלאנד, דער יונגסטער זון פון יהודה (לעאפאלד) שוואב און חנה, טאכטער פון אברהם ערלאנגער. יהודה שוואב איז געווען איינער פון די פיאנערן וואס האט געשיקט זיינע זין פון דייטשלאנד לערנען אין די ליטווישע ישיבות. משה'ס עלטסטער ברודער, שמעון (שפעטער רב פון דער וואשינגטאן הייטס קהילה אין ניו יארק), איז געווען דער ערשטער וואס האט פארלאזט דעם שטוב אין פראנקפורט און איז געפארן לערנען אין דער קאמעניצער ישיבה. שפעטער איז דער צווייטער זון, מרדכי, אויך געגאנגען לערנען דארט. שפעטער איז משה געפארן אין קאמעניץ אין תרצ"ג (1933).
אין תרצ"ה (1935) איז ער געפארן לערנען אין אוהל תורה ישיבה אין באראנאוויטש אויף א קורצער צייט. נאך א פאר חדשים, אין זומער תרצ"ה, איז ער געפארן צו דער מירער ישיבה. א צוויי חדשים שפעטער איז דער מירער משגיח, הרב ירוחם לייבאוויץ, נפטר געווארן. שפעטער איז ער צוריקגעגאנגען לערנען אין באראנאוויטש אויף צוויי און א האלב יאר, און דערנאך איז ער צוריק אין קאמעניץ.
זומער תרצ"ח (1938), איידער די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, האט ער פארלאזט קאמעניץ און געפארן קיין לאנדאן, וואו אהין זיינע טאטע־מאמע האבן אימיגרירט אין תרצ"ב (1932). אין לאנדאן האט ער געלערנט אין דער תורת אמת ישיבה פון הרב משה שניידער, אבער ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער אינטערנירט געווארן צוזאמען מיט אלע דייטשע בירגער. דורך א גוטן פריינד פון דער משפחה האט מען ערליידיקט אז ער זאל קענען צוריקגיין וואוינען אין לאנדאן.
נאכדעם האט ער אריינגעטראטן דעם גייטסהעדער כולל וואס הרב אליהו אליעזר דעסלער האט דעמאלסט אויפגעשטעלט, און ער איז געווען דער איינציגער בחור דארט צווישן די כולל יונגעלייט.
אין תש"א (1941) האט ער געהייראט רחל, די טאכטער פון ר' דוד באדיל פון גייטסהעד.
אין תש"ז (1947), ביי די דרייסיק יאר, האט מען אים באשטימט משגיח רוחני פון דער גייטסהעדער ישיבה, אן אמט וואס ער האט געהאלטן דרייסיק יאר ביז זיין פטירה אין תשל"ט.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה און זיין ווייב רחל האבן געהאט איין זון און דריי טעכטער. צווישן זיינע איידעמעס זענען הרב אליעזר צפנת, שטאטס רב אין ליווערפול, און הרב שלמה הערשקאוויץ, ראש ישיבה אין גייטסהעד.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מערכי לב סעריע – שמועסן און מאמרים אויף תורה און מועדים