לדלג לתוכן

רפאל שמואלעוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
רפאל שמואלעוויטש
געבורט 20 נאוועמבער 1937
מיר, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 יאנואר 2016 (אלט 78)
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב רפאל הלוי שמואלעוויטש
הרב רפאל הלוי שמואלעוויטש

הרב רפאל הלוי שמואלעוויטש (תרצ"ח – ט' שבט תשע"ו193718טן יאנואר 2016[1]) איז געווען א ראש ישיבה אין דער  מירער ישיבה און איינער פון די פירער פון דער רעדאקציע פון דער תלמודישער ענציקלאפעדיע.

רפאל שמואלעוויטש איז געבוירן געווארן אין מיר, אין ליטווישן טיל פון פוילן (הײַנט בעלארוס) צו חנה מרים פֿינקל, טאכטער פונעם מירער ראש ישיבה הרב אליעזר יהודה פינקל, און צו רב חיים שמואלעוויטש, וואס איז אויך שפעטער געווארן ראש ישיבה. זיין נאמען רפאל האט ער באקומען נאך זיין זיידן, הרב רפאל אלטער שמואלעוויטש, איידעם פונעם אלטער פון נאווהארדאק און ראש ישיבה אין  סטוטשין און גראדנא.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין משפחה און א גרויסן טייל פון די מירער תלמידים קיין ווילנע און פון דארטן זענען זיי געפארן אויף דער טראנס-סיבירישער באן. ענדלעך זענען זיי אנגעקומען קיין קאבע, יאפאן, מיט אריינקומען וויזע וואס דער יאפאנישער קאנסול אין ליטע, טשיאונע סוגיהארא, האט פארזארגט. אין קאבע זענען זיי געבליבן ניין חדשים. די יאפאנעזער האבן זיי דעפארטירט קיין שאנכיי, כינע, וואס איז געווען אונטער יאפאנעזישער אקופאציע. אין תש"ו זענען זיי אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן און א האלב יאר שפעטער זענען זיי ארויף אין ארץ ישראל און האבן זיך באזעצט אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים.‏[2]

אין יאר תשכ"ב האט ער געהייראט עדנה, די איינציגע טאכטער פונעם חברונער ראש ישיבה הרב אברהם פארבשטיין, און צוויי יאר נאך דער חתונה (תשכ"ד) איז ער געווארן א מגיד שיעור  אין ישיבת חברון כנסת ישראל‏[3]. במשך הזמן איז ער געווארן איינער פון די רעדאקטארן פון דער אנציקלופדיה התלמודית און איז ענדלעך געווארן איינער פון אירע פירער. ער האט געשריבן חשובע ווערטן אין דער ענציקלאפעדיע, למשל  "חשמל" וואס מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל אין  ה'תשמ"ו אין באנד י"ח, און שפעטער האט מען ארויסגעגעבן באזונדער עטעלעכע מאל. ער האט רעדאקטירט די ערשטע אויסגאבע פון זיין פאטער'ס ספר "שיחות מוסר", ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט. ער איז נפטר געווארן די נאכט פון ט' שבט תשע"ו אין דעם שערי צדק שפיטאל, ביי דער עלטער פון 78.‏[1]

הרב רפאל און זיין ווייב האבן געהאט צוויי קינדער:

  • הרב יעקב, ממלא מקום אין דער מירער ישיבה.‏[4]
  • מרת שרה געהייראט צו הרב אברהם סג"ל, ר"מ אין דער מירער ישיבה אין בראכפעלד.
  1. a b ישראל כהן, ‏ברוך דיין האמת: הגאון רבי רפאל שמואלביץ זצ"ל הלך לעולמו, ביי כיכר השבת, 18טן יאנואר 2016 (אויף העברעיש)
  2. רפאל שמואלביץ, בגדרי הפרשת תרומה, בתוך: שערי תורה: קובץ תורני מרכזי לבני הישיבות, בני ברק (?), תמוז ה'תשי"ט, 1959. עמ' סז-עא.
  3. אין דער זעלבער צייט האט מען אויך באשטימט די רבנים הלל זאקס און ברוך מרדכי אזרחי.
  4. מוסטער:בחדרי חרדים