לדלג לתוכן

טראנס-סיבירישע באן

פֿון װיקיפּעדיע

טראנס-סיבירישע באן

די טראנס-סיבירישע באן (רוסיש: Транссибирская магистраль טראַנססיבירסקאַיאַ מאַגיסטראַל) איז די לענגסטע באן־ליניע אין דער וועלט. זי פארבינדט מאָסקװע מיט וולאדיוואסטאק אין רוסלאנד, און גייט דורכן גאנצן סיבירישן ראיאן. זי איז א וויכטיקער טראנספארט־וועג פאר מענטשן און סחורות, און א סימבאל פון רוסלאנד׳ס פארבינדונג צווישן מערב און מזרח.

די קאנסטראקציע פון דער טראנס-סיבירישער באן האט זיך אנגעהויבן אין 1891 אונטער דער רוסישער אימפעריע, ביים צאר אלעקסאנדער III. דער הויפט ציל איז געווען צו פארבינדן אייראפעאישן רוסלאנד מיט סיביר און דעם ווייטן מזרח.

די ארבעט איז געווען זייער שווער צוליב די קעלט, די ווייטקייט און די שווערע נאטור־באדינגונגען. די באן איז געעפנט געווארן אין סעקציעס, און איז פולשטענדיג פארטיג געווארן אין 1916.

די באן לויפט פון מאסקווע ביז ולאַדיוואסטאָק אויף א לענג פון בערך 9,000 ק״מ. זי גייט דורך א גרויסע טייל פון רוסלאנד און פארבינדט פילע וויכטיגע שטעט. האָט מער װי 80 סטאַנציעס וויכטיגע שטעט אויפן וועג זענען:

די באן פארט אדורך יאראסלאוול, טשעליאבינסק, פערם און אמסק. יעקאטערינבורג נאָוואָסיבירסק אירקוטסק חאבראווסק

די רייזע גייט דורך וועלדער, פלוינען, בערג און ווייטע אפענע ראיאנען.

די טראנס-סיבירישע באן ווערט גענוצט סיי פאר פאסאזשירן און סיי פאר סחורות. זי איז איינע פון די וויכטיגסטע טראנספארט־ליניעס אין רוסלאנד, ספעציעל פאר סיביר, וואו אנדערע טראנספארט־מיטלען זענען באגרעניצט.

די באן איז זייער באוואוסט ביי טוריסטן פון איבער דער וועלט. אסאך מענטשן מאכן די גאנצע רייזע פון מערב ביז מזרח כדי צו זען די פארשידענע נאטור און שטעט פון רוסלאנד.

די רייזע קען נעמען בערך א וואך, אפהענגיק פון אפשטעלונגען.

איינער פון די שענסטע טיילן פון דער רייזע איז נעבן דער באיקאל־אזערע. די אזערע איז די טיפסטע פרישוואסער־אזערע אין דער וועלט און א באוואוסטער נאַטירלעכער פלאץ.

די טראנס-סיבירישע באן איז זייער וויכטיג פאר רוסלאנד. זי פארבינדט ווייטע ראיאנען, העלפט עקאנאמישע אנטוויקלונג, און איז אויך א וועלט־באוואוסטער סימבאל פון לאנגע באן־רייזעס.

רוסישע באנען סיביר וולאדיוואסטאק מאסקווע