מאמענט

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאָמענט מאגאזין איז א פרומע וועכנטליכע אויסגאבע פאר דער אידישער פאמיליע אין דער אידישער שפראך. געפירט דורך פרומע חרדישע רעדאקטארן אין ניו יארק.

די ערשטע נומער פון ׳מאָמענט׳ איז ארויס ערב חג הפסח תשע״ד. די 'א בליק' בילדער מאגאזין איז דעמאלט געווען מיטגעלייגט מיט׳ן מאגאזין יעדע וואך פאר די ערשטע עטליכע חדשים.

נאך די ערשטע זעקס מאנאטן, אינעם נומער פון ערב ראש השנה תשע"ה איז ׳מאָמענט׳ אריבער צו נייע רעדאקטארן און די 'א בליק' בילדער ביכל איז געווארן אפגעטיילט אלס צוויי זעלבסשטענדיגע אויסגאבעס. דער ׳מאָמענט׳ האט דאן אויסגעברייטערט איר שטאב, פארגרעסערט און פארשענערט דעם מאגאזין פון פילע אספעקטן, אריינגערעכנט עקסטערע אפטיילונגען פאר פרויען און פאר קינדער. (וואס איז לבסוף אוועקגענומען געווארן)

אום פרשת שמות שנת תשפ״א האט מאמענט אונטער א פראגראם גערופן ״מאמענטום״ זיך פילפאכיג פארברייטערט מיט תוכן בכמות ובאיכות, אין צוגאב צום ״נפשי״ - מענטעל העלט דזשורנאל און ״לבלר״ - תורה העפט וואס ערשיינען חודש׳ליך מיטכעלייגט אינעם מאמענט פעקל, האט אנגעהויבן ערשיינען א וועכנטליכער ״מאמענט פלאס״ ביילאגע פון אכט און פערציג זייטן מיט רייכע תוכן און צילט צו ברענגען נייעס און אקטועלע נושאים אלוועלטליך און היימיש.

דער מאגאזין לויפט רעגלמעסיג צווישן 80 און 100 זייטן וועכנטליך, אין צוגאב צו די אנדערע אפטיילונגען.

שרייבער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • יואל הלוי קרויס
  • הרב חיים שלמה בערגער
  • פינחס גלויבער
  • הרב משה אליעזר ליבערמאן
  • הרב אליעזר ראזען
  • שמעון ראלניצקי
  • אלי׳ יואל גליק
  • הרב שמעון שלמה זילבער
  • מנחם גאלד
  • בנימין יוסף טעלער
  • מנשה רייך
  • יוסי געשטעטנער
  • יודל ניימאן
  • ארי ווייזער
  • אהרן יוסף שפילמאן
  • הרב אשר פרידמאן
  • יואל גליק

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]