באבאוו (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באבוב)
באבאווער מוסדות אין ירושלים

באבאוו[1], וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.

דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש (ד' אב ה'תש"א), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאוו'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק,ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פיר און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' ה'תשס"ה). אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.

רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.

נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט. דער גרעסטער טייל זענען געבליבן אין בית המדרש מיט זיין ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר. אין איבער א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב פון באבאוו 45.

באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.

ס'זענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, [לינדען], [לעיקוואוד],מיאמי, מאנטרעאל טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער קווארטל קרית באבוב אין בת ים.

באבאווער רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ז - א' תמוז ה'תרס"ה), דער ערשטער באבאווער רב

דער באבאווער בוים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מאיר נתן האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"הט"ו מנחם אב ה'תרט"ו). דער פאטער פון דעם ערשטען באבאווער רב.

רבי שלמה האלבערשטאם, דער ערשטער באבאווער רב

ר' שלמה האלבערשטאם - ערשטער באבאווער רב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שלמה האלבערשטאם (א)

רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ז - א' תמוז ה'תרס"ה), דער ערשטער באבאווער רב.

דאס באבאווער חסידות האט אנגעהויבן מיט רבי שלמה האלבערשטאם אין דעם גאליציאנער דארף באבאוו, וואו זיינע חסידים זענען פריער געווען חסידים פון זיין זיידן , רבי חיים האלבערשטאם (מחבר פו דברי חיים).

די ערשטער ישיבה אין פוילן (אין מאדערנע צייטן) איז געגרינדעט דורך דעם ערשטן באבאווער רב אין תרמ"א אין ווישניצא (ער איז דעמאלטס געווען שטאטס רב דארטן); ער האט מיטגענומען די ישיבה ווען ער האט אויפגענומען דאס רבנות אין באבאוו.

ר' בן ציון האלבערשטאם ״קדושת ציון״ – צווייטער באבאווער רב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – בן-ציון האלבערשטאם (א)

רבי בן ציון האלבערשטאם, מחבר פון קדושת ציון, האט ממשיך געווען זיין פאטער'ס ארבעט. די באבאווער ישיבה איז לכתחילה געווען נאר אין באבאוו. מיטן שפרייט פונעם חסידות האט געוואקסן די צאל בחורים אין דער ישיבה, און דער רבי האט אויפגעשטעלט זעכציג פיליאלן מיטן נאמען "עץ חיים" דורכאויס וועסט גאליציע.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה איז דאס באבאווער חסידות אינגאנצן חרוב געווארן. דער רבי איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע צוזאם מיט טויזנטער פון זיינע חסידים.

רבי שלמה האלבערשטאם - דריטער באבאווער רב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שלמה האלבערשטאם (ב)

קנאפע 300 חסידים האבן איבערגעלעבט. דעם צווייטן רבי'נס זון רבי שלמה האלבערשטאם האט אונטערגענומען דעם עול ווידערצובויען באבאוו. ער האט זיך ערשט באזעצט אין דער וועסט זייט פון מאנהעטן; שפעטער געצויגן קיין בעדפארד-סטייוועסאנט אין ברוקלין דערנאך קיין בארא פארק, מ'פלעג זאגן אויף אים אז ער איז א גאון אין מדות. ער האט זיך שטארק דערווייטערט פון מחלוקת. ער האט זוכה געווען צו זען אן אימפעריע פון טויזנטער חסידים וואס ער האט איינגעפלאנצט פון בלוט און שווייס נאכן ביטערן חורבן.

פערטער באבאווער רב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – נפתלי צבי האלבערשטאם

נאך דער פטירה פונעם דריטן רבי'ן ר' שלמה האלבערשטאם - ר"ח אב תש"ס, האט איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסער זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם, ליידער איז ער נישט געווארן געזונט נישט לאנג נאכן איבערנעמען די קרוין. כ"א אדר תשס"ד איז ער צוזאם געפאלן פון א שטארקער הארץ אטאקע, און א יאר דערויף י"ב אדר ב תשס"ה איז ער נסתלק געווארן. ער האט אלע יארן פאר ער איז געווען רבי אויפגעשטעלט צוזאמען מיט זיין טאטן די באבאווער מוסדות און אליין אנגעפירט מיט זיי. אזוי אויך האט זיין הארץ געבלוטיגט פאר א צווייטן איד'ס צרה און האט זיך אסאך באשעפטיגט מיטן העלפן אידן. אלס רבי איז ער ברייט באקאנט געווארן אלס א גט'ליכער מאן. גאר אסאך אידן פון אלע עקן וועלט, זענען געהאלפן געווארן ביי אים מיט ישועות ורפואות.

באבאוו היינט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם
רבי מרדכי דוד אונגער

נאך דער צעטיילונג פונעם באבאווער הויף זענען דא צוויי נאכפאלגער פון רבי נפתלי צבי

ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די תלמידי הישיבות אין באבאוו האבן ארויס גע'געבן א חודש'ליכן קובץ ביז תש"ס. עס האט געהייסן "כרם שלמה".

און די תלמידי הישיבות אין באבאוו 45 געבן ארויס א חודש'ליכן קובץ, "עץ חיים". שיעירא דבי רב

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. דורשי רשומות אמרו; באבאוו ראשי תיבות וְשַׁבְתִּ֥י בְשָׁל֖וֹם אֶל־בֵּ֣ית אָבִ֑י וְהָיָ֧ה יְ-הֹוָ֛ה לִ֖י לֵא-לֹהִֽים׃ (בראשית כח, כא)

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באבאוו (הויף)