לדלג לתוכן

מאנסי

פֿון װיקיפּעדיע
מאנסי (העמלעט)
Monsey
מדינה / טעריטאָריע פאַראייניקטע שטאַטן
קאָאָרדינאַטן 41°7′10″N 74°3′57″W / 41.11944°N 74.06583°W / 41.11944; -74.06583קאארדינאטן: 41°7′10″N 74°3′57″W / 41.11944°N 74.06583°W / 41.11944; -74.06583
שטאַט ניו יאָרק
דיסטריקט ראָקלאַנד קאַנטי
שטח 5.8 קוואדראט ק"מ

  אין העמלעט

20,071


מאנסי (ענגליש: Monsey) איז א העמלעט אין דער שטאט ראַמאַפאָ, ראַקלענד קאַונטי, אין אָפּסטעיט ניו יאָרק, פלאצירט צפון פֿון ערמאנט; מזרח פֿון וויאלע; דרום פֿון שיכון סקווירא; און מערב פֿון ספרינג וואלי. מאנסי איז א פֿרומע יידישע געגנט מיט 20,071 איינוואוינערס (2017). די דורכשניטלעכע עלטער פון דער באפעלקערונג איז 16.7. פינף און זעכציג פראצענט פון די איינוואוינערס זענען פארהייראט. איבער פערציג פראצענט פון די איינוואוינערס רעדן יידיש אלס מאמע לשון.

דער געגנט איז ערשט געווארן באזעצט דורך דעם מאנסי שבט פון אינדיאנער.

אין 1841 האט מען אויפגעשטעלט די מאנסי באן סטאנציע.

די ערשטע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין מאנסי האבן געוואוינט הויפטזעכלעך אין דעם (היינטיגן) ספרינג וואלי געגנט, וואס האט זיך בעיקר באזירט אויף יוניאן ראד דארט ווי די פאפא מיידל שולע געפונט זיך היינט צו טאגס, און האט זיך געצויגן דורכן רט. 45 כמעט ביז ניו זשערסי.

שפעטער ווען דארטן האבן זיך באזעצט אנדערע גרופעס און עס איז געווארן א ענגשאפט אין דירות האט זיך דער היימישער ציבור געצויגן אריבער דעם רוט 59 ווי עס איז היינט די סאטמאר ת״ת און מיידל שולע קאמפלעקס, און די ערשטע שוהל וואס איז אויפגעבויעט געווארן ווען מען האט זיך דארטן באזעצט איז קהילת ישראל, אלד נייעק טורנפייק ביים ווינקל פון סאוט מעדיסאן וואס עקזיסטירט נאך ביז היינט טראץ דעם וואס מערסטנס אידן האבן זיך צעביסלעך אוועק געצויגן פון דארטן פאר א תקופה פון כמעט אכציג יאר, היינט האט זיך די חרדישע מאנסי אויצגעויגן אויף אלע זייטן אז ביידע אריגינאלע גיד וער זענען צוריק א טייל פונעם סענטער פון שטאט, און די געגנט וואס ווערט גערעכנט אלס דער צענטער און הארץ פון מאנסי איז דעמאלטס אין יענע יארן נאך געווען טייל פון א גרויסער זומפ וואס האט געהערט צו א געוויסע פארמער וואס האט געוואוינט אין א ביידל וואס איז געשטאנען אויף וואלטער דרייוו.

שפעטער ווען די ישיבה תורה ודעת האט געעפענט אין מאנסי א פיליאל מיטן נאמען בית מדרש עליון צוביסלעך האבן זיך אהינגעצויגן מער און מער יידישע משפחות, אבער טראצדעם, דער אויבנדערמאנטער שוהל קהילת ישראל גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג מיט מניינים שבת און אינדערוואכן, און אזוי אויך איז דא נאך עטליכע חרדישע בתי מדרשים אין דער געגנט.

די ערשטע אידישע איינוואוינערס זענען געווען די תלמידים און איינגעשטעלטע אין בית מדרש עליון, וואס איז געווען געפירט דורך ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש זצ"ל דער לאנג יעריגער מנהל פון תורה ודעת ישיבה אין ברוקלין. הרב דוב בער גרינבוים, דער איידעם פון רבי פייוול וואס איז דערמאנט פריער האט געעפנט די שטאטישער תלמוד תורה און מיידל שולע "ישיבה ד'ספרינג וואלי".

מוצאי שבת מקץ ה'תש"ף איז פארגעקומען א שוידערליכע שטעכעריי אטאקע אין דעם הויז פון הרב חיים לייביש ראטענבערג, קאסאנער רבי, בשעת ווען ער האט געצינדט חנוכה ליכט מיטן עולם.

די גרעסטע חסידישע קהילות אין מאנסי זענען וויזשניץ אויף פיליס טערעס, און סאטמאר אויף מאנסי בולעווארד. די וויזשניצער קהלה וואוינט מערסטנס אין זייער אייגענעם שטעטל "כתר ווילידזש" דרום פון מאנסי, וואס האט א בירגערמייסטער א וויזשניצער חסיד. אנדערע חסידישע קהלות אין מאנסי זענען:

דערצו איז דא נאך קהילות און רבנים און מאנסי ווי צום ביישפיל:

עס איז פאראן דארט אויכעט צוויי באוואסטע ישיבות פאר בעלי תשובה - די ערשטע איז

  • הרה״ק חיים זאנוויל אבראמאוויטש, ריבניצא (ליגט אויך אין מאנסי ביה״ח קהל תורת חיים וויזניץ.
  • הרה״צ ר׳ מיכלע מנתני׳-זלאטשוב וואס האט סוף ימיו קובע געווען אין שטאט.

ציבור'ישע ארגאניזאציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ראקלאנד קאונטי דעוועלאפמענט קאונסיל (RCDC) ווערט אנגעפירט דורך ר' מענדל האפמאן הי"ו, און פארנעמט זיך מיט צושטעלן סאציאלע געברויכן פאר די איינוואוינער.

ראקלענד אפערטונעטי דיוועלעפמענט אסאושיעישען (RODA) ווערט אנגעפירט דורך "כתר" ווילעדזש, און פארנעמט זיך מיטן צושטעלן סאציאלע געברויכן, בעיקר פאר די עלטערע איינוואוינער.

כוללים און בתי דינים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאר א באזוכער זענען דא פיל פארוויילונגען, געשעפטן, האטעלן, און בתי מדרשים, צוצושטעלן פאר יעדן גרויס און קליין. כאפט א שפאציר אין די וועלדל פון ווייאלע פארק פאר א פארברענג מיט די נאטור. באזוכט די הערליכע בתי מדרשים, און פארברענגט א טאג אין לערנען צווישן די תלמידים פון בית מדרש עליון אדער ישיבה ד'מאנסי.

פין די באוויסטע געשעפטן אין מאנסי זענען:

  • ראקלענד קאשער וואו סאיז דא צו באקומען מכל מילי דמיטב.
  • מאטיס (געוועזענע קליינס פרוכט און גרינס)
  • עווערגרין פארמאגט צוויי לאקאציעס
    • עווערגרין 59 אויפן פלאץ פון די געוועזענע פעטמארק
    • עווערגרין אפטאון אויפן רט 202 ווי עס איז געווען אמאל א גרענד יוניאן
  • בינגא געפונט זיך מער ביים ווינקל פון מאנסי אויף ספרינג וואלי מארקעט פלעיס ביים עקזיט 14 פון נוי יארק סטעיט טרו-וועי.
  • וויאיאלע פארק
  • בלאוועלט רד פארק
  • ווילאו טרי פארק