לדלג לתוכן

מעלבארן

פֿון װיקיפּעדיע
פלאצירונג פון מעלבארן אין אויסטראליע

מעלבארן איז די מערסט באפֿעלקערטע שטאט אין אויסטראליע[1], מיט א מעטראפאליטאנישער באפעלקערונג פון 5.2 מיליאן (2023).[2] זי איז די שטאַט הויפטשטאט פון וויקטאריע. די אײַנװױנערס רופֿט מען אױף ייִדיש "מעלבורנער".

אין 1835 האבן בריטישער, וואס זענען געקומען פון טאזמאניע, באזעצט ארום דעם יאַראַ טייך. אין 1847 האט די מלכה וויקטאריע אויסגערופן מעלבארן אלס "שטאט". אין 1851 האט זיך דער דיסטריקט פון וויקטאריע געשיידט פון ניו סאוט וויילס אלס א נייע קאלאניע און מעלבארן איז געווארן איר הויפטשטאט.

מעלבארן איז צעשפרייט אינעם טאל פון דעם יארא טייך.

עס איז דא דארטן די הויפט אידישע קהלה אונטערן נאמען עדת ישראל וואס שטעלט צו אלע קהלישע און חינוך אינסטיטוציעס

זינט דער לעצטער רב הרב אברהם צבי הלוי בעק האט געדאנקט זיין אמט אין יאר תשע״ח איז די קהלה צעשפלינטער אין צוויי פראקציעס

  • עדת ישראל
  • ויצב אברהם

די עדת ישראל איז געבליבן אין דעם אלטן שול מיט די אלטע בנינים און זיי האבן אויפגענומען א נייעם רב

די ויצב אברהם קהלה גערופן אויפן נאמען פונעם ספר פונעם לעצטן רב האבן אויפגענומען זיין איידעם הרב יהודה כץ וואס האט ביז דאן געדינט אלס דיין אינערהאלב די צענטראלע קהלה אונטער די פירערשאפט פון זיין שווער

רבנים פון די קהלה זינט דעם צווייטן וועלט קריג


  1. מעלבורן יאָגט אָן סידני װי אױסטראַליעס גרעסטע שטאָט. https://www.bbc.com/news/world-australia-65261720
  2. הױפּט שטאָט װוּקס, https://www.abs.gov.au/media-centre/media-releases/capital-city-growth-highest-record

37°48′49″S 144°57′47″E / 37.81361°S 144.96306°E / -37.81361; 144.96306