וויליאמסבורג, ברוקלין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ חרדיש אידישן געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק.

באפעלקערונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען חסידישע אידן מערסטענס אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. אויך וואוינען דארטן א באדייטענדע צאל אפשטאמיגע פון פארטא ריקא, שווארצע און ארטיסטן.

די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס. די גרעסטע געמיינדע איז סאטמאר, וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן צוויי גרויסע פראקציעס, די אהרונים און זאליס. ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי פאפא, וויזשניץ, קלויזענבורג, וויען, נייטרא, קראסנא, צעהלים, שאפראן, סקווירא, בעלז , בעלז-מאכניווקע און נאך. טייל פון די האבן אייגענע שולן, תלמוד תורה'ס פאר יונגלעך, בתי חינוך פאר מיידלעך און קעמפס אין די קעטסקילס פארן זומער. א טייל האבן אויך אייגענע מקוה'ס, זאלן, מצה בעקערייען און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן.

געוויסע מענטשן רופן וויליאמסבורג "די ירושלים פון אַמעריקע".

פאליטיק און קאנטראווערסיעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ארטיסטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אין משך פון די לעצטע יארן האבן זיך אריינגעצויגן אין די געגנט פון צפון וויליאמסבורג פילע "היפסטערס" און "ארטיסטן", אינגערע לייט פונעם מיטל-העכערן סאציא-עקאנאמישן קלאס. דאס געגנט איז צוליב זיי אדורך א פראצעס פון גענטריפיקאציע, און דאס האט ארויף געברענגט ריעל עסטעיט פרייזן אין דעם גאנצן געגנד.

כאטש פילע פון די בנינים אין די היינט טייערע געגנט געהערן צו חסידים פון וויליאמסבורג, און דער איבערטויש פון דעם געגנט איז געווען פאר זיי לטובה, זענען אבער פילע וויליאמסבורגער איינוואוינער אומצופרידן אויף די אנטוויקלונגען. טייל רופן דאס אן א "מכה", און טייל האלטן אז זיי באשטייען א ריזיגן מאראלישע סכנה פאר די חסיד'ישע איינוואוינער.

עירוב[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אין תש"ס יארן איז געווען לעבעדיג אין וויליאמסבורג מיט אן עירוב וואס איז געבויט געווארן קעגן די דעת פון רוב רבנים און איינוואוינער פון די סאטמערער קרייז, וואס טענה'ן אז דאס איז געווען קעגן דעם סאטמארער רבי'ס מיינונג:

1) ווייל עס איז נישטא קיין איין רב וואס האט א כוח אויף דער שטאט אלס שטאטס רב, קען מען נישט אויפפאסן אויף דעם עירוב געהעריג לויט זיי, און ווי דער סאטמארער רב האט זיך אפאר מאל אויסגעדריקט פאר זיינע נאנטע אז אין מאנהעטען ווי דער רב הכולל האט געמאכט אן עירוב האבן זיך אידן נאך סומך געווען דערויף אסאך יארן נאכדעם וואס ער האט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאנג נישט געווען כשר, ווידער איז דא שטארקע באווייזן אז די מעשה מיט מאנהעטן איז ארויסגעזויגן פון די פינגער פאר פאליטישע חשבונות

2) אנדערע פארציילן גאר אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא ע"כ קען מען נישט מאכן א עירוב אין וויליאמסבורג. א זאך וואס איז נישט פארשריבן, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען א עירוב איבער בעדפארד עוו. ווייל דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא.

דער פראבלעם מיט דער טענה איז נאר, אז לויט די כללים פון רשות הרבים מוז א גאס האבן 600,000 דורכגייער, און לויט די שטאטישע ציפערן גייען נישט דורך אויף בעדפארד קיין 100,000 אין א טאג, ווידער לויט ר' משה - וואס האלט אנדערש ווי די סאטמארער רביס - האט די 600,000 נישט מיט דער גאס, נאר מיט דער שטאט, איז דאך ראדני אויך א רשות הרבים דאורייתא, דערנאך איז דא נאך תנאים אויף א רשות הרבים עס מוז זיין מפולש ומכוון, וואס בעדפארד איז נישט.

די אודווארי רב שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רב האט יא געשטיצט מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג.

דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר' אשר גאלדהירש, א באיאנער חסיד.

בעלזא[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער היינטיגער בעלזער רב האט געזאגט פאר זיינע חסידים מען טאר נישט וואוינען דארטן ווייל "וויליאמסבורג איז אן עיר הנדחת". אבער היינט צוטאג האבן זיי שוין יא א קליין שטיבל דארט.

גרענעצן פון דער אידישער געגנט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

פון מערב לויפט קענט עוועניו, פון מזרח און צפון לויפט שיף די בראדוועי גאס. און פון דרום ווערט היינט צוטאגס פארעכענט לאפאיעט עוועניו די גרעניץ.

צייטונגען און אויסגאבעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]


די ארונים אין זייער בלאט זאגן אז מען פארפירט קעגן עטרת אברהם צוליב דעם וואס ליטווישע מענשטן קומן דארטן, און אויך איבער דעם פראבלעם אז דער אראבער אינדרויסן פון גרעניץ פארקויפט דער מאדערן העברעאישער משפחה און השבוע.

די קנאישע קרייזן ווילן אז מזאל נישט פארקויפן די המודיע צייטונג אין וויליאמסבורג, אזוי אויך די משפחה און עמי מאגאזינען. א ספעציעל אגרעסיווע קאמפיין איז פארגעקומען אנטקעגן די עמי מאגאזין אין ווינטער פון תשע"ב.

באוואוסטע פערזענליכקייטן פון וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

באוואוסטע כאראקטערן פון וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

באוואוסטע אידישע ארגאניזאציעס פון וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

פילמען און ביכער וועגן וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

היסטאָריע פון די נאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אין יאַר תקנ"ב האָט ריטשאַרד מ. װאוּדהאל אָפּגעקױפֿט דרײַצן אקער אריבער די איסט ריווער טייך און עס אַ נאָמען געגעבן נאָך יונתן װיליִאַמס.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  • וומס"ב ארד WBURG
  • וומס"ב פארשידענארטיגס Billburg
  • וומס"ב מאגאזין Free Willamsburg
  • וומס"ב היסטאריע אין בילדער

wbg-history wbg-history Our Brooklyn-Williamsburg

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומענבורג  * בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך • צפת • קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדייל • שטראסבורג • שיקאגא

ליסטע פון ברוקלין געגנטן                  

בארא פארק · וויליאמסבורג · בענסנהוירסט · גרינפאנט · בושוויק · פארט גרין · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · בעדפארד סטייוועסענט · שיפשעיד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · ברייטאן ביטש · קרוין הייטס · און נאך...