בלומינגבורג, ניו יארק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Downtown Bloomingburg, NY.jpg

בלומינגבורג (ענגליש: Bloomingburg) איז א דארף אין סאליוואן קאונטי, ניו יארק מיט א באפעלקערונג פון 420 לויטן 2010 צענזוס. עס געפינט זיך אין די גרעניצן פון דער שטאט מאמאקעיטינג.

זיין זיפ קאד איז 12721 און עריע קאד 845.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס דארף אין געגרינדעט געווארן אין יאר 1833 און איז געווען דער ערשטער פלאץ פאר די קאונטי'ס הויפטקווארטיר, וואו עס דאן געווען א טייל פון די ארגינעלע מאמאקעיטינג. עס איז אויך אמאהל געווען א פאפולערע ביזנעס און רעזארט פלאץ, ביז די גרויסער פייער אין פעברואר 1922 וועלכער האט פארברענט פילע גאסט-הייזער וואס מען האט נישט רענאווירט זינט דאן. עס איז דעמאלטס געווארן א צענטער פאר אגריקאלטור.

עטליכע גרויסע זומער קעמפס זענען געווען לאקיהרט פאר לאנגע יאהרן אין דעם שטעטל.


קינדער אין בלומינגבורג אויפן וועג צום נייעם בנין הת"ת

אידישע היסטאריע פון שטעטל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

א דעוועלאפמענט, געאייגנט פאר פרומע יודן, האלט זיך אינמיטן בויען אינטערן נאמען טשעסנאט רידזש. ווען עס וועט זיין גענצליך פארטיג וועט עס אנטהאלטן 396 דירות. עס איז באשטעהטיגט געווארן אום 2006 אבער ווען די שכנים זענען געוואויר געווארן ווער עס קומט אהין האבן זיי אום 2012 ארגאניזירט א פארשטענדליכער קאמפיין דערקעגן נישט וועלנדיג אז די געגנט זאל איבערגענומען ווערן דורך חסידים, אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט עס אפצושטעלן. צווישן אנדערע טאקטיקן האבן זיי פראבירט אויפצולעזן דעם ווילידזש, אבער עס איז דורכגעפאלן ביי די וואלן. אזוי אויך די קלאגעס אין געריכט זענען אפגעווארפן געווארן. עס זענען געווען עטלעכע קליינע אינצידענטן פון געוואלדטאטן, ווי אויסגעשאסענע פענסטער ביי די נייע יודישע געשעפטן אויף מעין סטריט.

ס'איז געווען געפלאנט פון אנפאנג אז סאטמאר זאליס וועט שטיצן דאס שטעטל און אהינשיקן זייערע חסידים אונטערן נאמען קרית ייטב לב, אבער ווען דער אונטערנעמער שלום לאם האט קלאר געמאכט אז ס'נישט נאר פאר סאטמארער חסידים און ער וועט ערלויבן יעדן ארטאדאקסישן יוד קויפן א דירה, האבן זיי זיך ארויסגעצויגן דערפון. למעשה וואוינען דארט יא נאר סאטמארער, בעיקר זאליס, אויך בני יואל. די גרופע חסידישע יודן וואס האבן דאן געוואוינט אין לאק שעלדריק א גאנץ יאר, האבן זיך אהינגעצויגן ווי נאר עס איז באקאנט געווארן אז ס'איז אן ערנסטער פלאן וואס האט שטארקע שאנסן צו ווערן א יישוב. אזוי אז נאך פאר די נייע דירות זענען פארטיג איז שוין דא א שטיקל געמיינדע וואס וואוינען אין די אלטע דירות, מיטן דיין זיידל ראזענבוים אין שפיץ. זיי האבן דארט א ביהמ"ד, מקווה און פיצא סטאר. די קינדער פארן לערנען קיין קרית יואל, וועלכער איז ארום צוואנציג מינוט ווייט, צו וואנעט עס פארט א שאטל עטלעכע מאל טעגליך. למעשה האבן זיך יא די זאלוינים צוגעשטעלט צום פלאן און היינט וואוינען שוין דארט אריבער 100 היימישע משפחות מיט דריי בתי מדרשים און אייגענע מוסדות מיט א שיינעם בנין.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ווילידזש האט 0.3 קוואדראט מייל, אלעס דערפון לאנד. עס גרעניצט זיך מיט אראנזש קאונטי. די געוועזענע ניו יארק רוט 17 לויפט אדורך די ווילידזש. עטליכע בענק און רעסטאראנען געפינען זיך אין בלומינגבורג, וועלכער איז ווי א צענטער פאר די ארומיגע שטעטלעך. ווען מ'קומט צו פארן פון ניו יארק סיטי ניצט מען דעם ארויסגאנג 116.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די דורכשניטלעכע איינקונפט פון א הויז איז געווען ביי $38,571.


פערזענליכקייטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועב-לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומינגבורג • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פוירט • ציריך • צפת • קווינס • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • ריווערדייל • רמת וויזשניץ • שטראסבורג • שיקאגא