רמת וויזשניץ
רמת וויזשניץ איז א וואוינונג געגנט וואס געפונט זיך אין שטאט חיפה און וועלכער באדינט אלס הויפט הויפטקווארטיר און צענטער פון סערעט וויזשניצער חסידים.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אנפאנג פון די פופציגער יארן, איז דער ערשטער און גרינדער רבי פון סערעטער חסידות הרה"ק רבי ברוך האגער אויפגעקומען מיט א געדאנק אויפצובויען א ספעציעלער גענגט וואס איז געאייניגט פאר די סערעטער חסידים אין ארץ ישראל. י' תמוז ה'תשי"ד איז פארגעקומען מעמד הנחת אבן הפינה ווען מען האט אראפגעלייגט דעם גרונד שטיין פאר דעם שיכון.
צווישן די ערשטע געביידעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן, קען מען אויסרעכענען "בתי אברהם" און דעם רבין'ס שטוב. זומער ה'תשי"ז האט מען געעפנט דעם בית מדרש און ישיבה "יחל ישראל" וואס דעמאלטס האבן זיך געפונען צוזאמען אין איין פלאץ אין א צוויי שטאקיגע געביידע (צולעצט האט מען צוגעבויעט נאך צוויי אנדערע שטאקן). אין דעם זעלבן יאר איז געפייערט געווארן מעמד הנחת אבן הפינה פארן גרויסן שוהל "מקור ברוך". דורך די פארלויפענע יארן זענען אויפגעשטעלט און געבויעט געווארן הונדערטער דירות פאר די חסידים, אזוי ווי אויך די איבעריגע סערעטער מוסדות ווי דער תלמוד תורה, ישיבות און די מיידל שולעס "תורת אמך" און דער "אשת חיל" סעמינאר וואס ווערט אנגעפירט דורך דער סערעטער רעביצין מרת חוה האגער. אין די לעצטע צוואנציג יאר דער שיכון האט זיך פארברייטערט און חסידים פון אנדערע חסידישע געמיינדעס אזוי ווי צום ביישפיל בעלזא, וויזשניץ גער און פון נאך עטליכע אנדערע הויפן האבן זיך אויך באזעצט אין סערעטער שיכון און אויכעט אין די ארומיגע גאסן. אלס רב פונעם סערעטער שיכון דינט דער היינטיגער רבי, רבי יעקב האגער און אלס דיין רבי דוד שלמה זאלדאן.