סטאמפארד היל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

סטאמפארד היל איז א געגנט אין דער העקני באצירק אין לאנדאן. ער גרענעצט זיך מיט 'טאטנהעם' אינעם באצירק הארינגיי, וואס א טייל פונעם 'טאטנהעם' געגנט איז א גרויס חלק פון דער יידישער באפעלקערונג אינעם סטאמפארד היל פערטל.

ביז בערך תר"ס (1900) האבן די יידן געוווינט מייסטענס אין איסט ענד געגנט פֿון לאנדאן, אבער נאכהער האבן זיך א טייל אריבערגעצויגן קיין "סטאמפארד היל". היינט וואוינען א סך חרדישע יידן דארט. טייל פון זיי האנדלען מיט נכסי דלא ניידי.

די יידישע באפעלקערונג וואוינט דארט זייער צעזייעט צווישן די גוים, אבער די לעצטע צען יאר איז עס געווארן גאר שטארק אויפגעבויט אינעם יידיש היימישן שטאנדפונקט, וויבאלד פילע עמיגראנטן פון ארץ ישראל און אמעריקע האבן דארט חתונה און דרייען איבער די שטאט אויף מער ביזנעס האנדל ווי א שטייגער זייער געבורט לאנד.

די יידישע באפעלקערונג באשטייט הויפטזעכלעך פון חסידישע געמיינדעס און אויכעט פון א גרויסע צאל פון ליטווישע יידן. די צוויי גרעסטע און אנזיכטיגע חסידישע געמיינדעס זענען באבאוו און סאטמאר. אלס דיין פון דער באבאווער קהילה דינט רבי בן ציון בלום, אן איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם, דער פריערדיגער באבאווער רבי. אלס רב פון סאטמארער קהילה (פון רבי זלמן לייב) דינט זיין מחותן רבי ברוך נתן האלבערשטאם, און רבי יוסף בנימין וואזנער, אלס רב פון (רבי אהרן'ס קהילה. אויסער דעם עס איז פאראן אין סטאמפארד היל נאך פילע קהילות און בתי מדרשים אזוי ווי אלכסנדר, בעלזא, בעלזא מאכניווקא, גער, וויזשניץ (דער רב איז רבי אריה ווייס) און וויזשניץ מאנסי (דער פון דער מאנסי וויזשניצער קהילה איז רבי דוד האגער), ליובאוויטש און סקווירא. אזוי אויכעט קען מען טרעפן דארט בתי מדרשים און געמיינדעס ווי תולדות אהרן - אונטער דער פירערשאפט פון רבי משה קאהן, צאנז און נאך.

סטאמפארד היל רעכנט זיך אויכעט אלס די הויפטקווארטיר פון פילע עשירים און בעלי צדקה אזוי ווי ר׳ חיים משה פעלדמאן פון וויזשניץ, משפחת לעוו (סאטמאר) און ר׳ אליש ענגלענדער און די באקאנטע משפחת בערגער.

באקאנטע איינוואוינער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומינגבורג • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פוירט • ציריך • צפת • קווינס • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • ריווערדייל • רמת וויזשניץ • שטראסבורג • שיקאגא