לדלג לתוכן

זלמן לייב טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
יקותיאל יהודה טייטלבוים
סאטמארער רבי
רבי זלמן לייב טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמארער רביס.
רבי זלמן לייב טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמארער רביס.
געבורט כ"ד כסליו תשי"ב
ברוקלין, ניו יארק
חסידות סאטמאר
פירערשאפט ה'תשס"ו
הויף ארט וויליאמסבורג
נומער אין דינאסטיע 3
פאריגער רבי משה טייטלבוים
פאטער רבי משה טייטלבוים
ווייב חיה שרה שפיטץ
רבי זלמן לייב נאך דער שבעה אראפקומענדיג פון זיין טאטנ'ס הויז מיט ווייסע זאקן און זילבערנעם שטעקן צום ערשטן מאל אלס רבי.
ביים באגלייטן אויף דער טעראסע

רבי יקותיאל יהודה (זלמן לייב) טייטלבוים (געבוירן כ"ד כסליו ה'תשי"ב)[1] איז דער סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג, ניו יארק. ער איז דער דריטער זון פונעם פריערדיגן סאטמארער רבי׳ן, רבי משה טייטלבוים, וואס איז געווען א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים, גרינדער פון די סאטמארער קהילות איבער דער גארער וועלט.

אלס קינד האט ער געלערנט אין סיגוטער חדר, וואס איז געווען בנשיאות פון זיין פאטער, וואס איז דאן געווען סיגוט'ער רב (בעפאר ער האט איבערגענומען די אדמורו"ת אין סאטמאר אום ה'תש"ם)

ער האט חתונה געהאט צו זיין פרוי חיה שרה, א טאכטער פון ביסטריצער רב.

דאן האט ער געוואוינט אין בארא פארק. שפעטער איז ער געווארן ראש ישיבה אין דער ישיבה לצעירים פון דער סאטמארער ישיבה אין וויליאמסבורג און ער פלעגט קומען צו פארן יעדן טאג פון בארא פארק.

רוב פון זיין לעבן איז ער נישט באטראכט געווארן אלס ממלא מקום פון זיין טאטן. ער איז געווען גאר א שטילער און באהאלטענער, וואס איז געזעצן אין דער בארא פארקער סיגוטער שול, און נישט געהאט עפעס עקסטער מיט קיינעם.

נאך וואס דער ירושלימ'ער רב רבי משה אריה פריינד, איז אוועק אין יאר ה'תשנ"ו, האט אים זיין פאטער, דער סאטמארער רבי רבי משה טייטלבוים, געשטעלט אויף זיין ארט צו דינען אלס רב אין דער סאטמארער קהילה אין ירושלים.

מיט צוויי יאר שפעטער אין זומער פון 1999 (ה'תשנ"ט) איז ער פלוצים אומגעראכטן גערופן געווארן פון ירושלים קיין וויליאמסבורג אין איז אויפגענומען געווארען דורך דעם רבי'ן דער ברך משה’ס גבאי אלס אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, וואס דאס באדייט דער גרעסטער פאסטן אין דער קהלה נאך דער רבי.

די חסידים פון זיין עלטערן ברודער רבי אהרן וואס איז דאן געווען רב אין דער קהילה אין קרית יואל, האבן דאס ווי פארשטענדליך נישט געקענט פארשטיין, היות זיי האבן געהאלטען אז רבי אהרן איז א גרעסערער תלמיד חכם און גרעסער אין חכמה און דעמאלטס האט עמטליך אויסגעבראכן די סאטמארער מחלוקת.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער כ"ו ניסן ה'תשס"ו איז רבי זלמן לייב אויפגענומען געווארן דורך האלב פון זיין טאטנ׳ס קהילה אלס רבי.

צום סוף פון זיין טאטנ'ס לעבן אין יאר תשס"ב, ווען ער איז שוין געווען אין טיפן עלטער פון 87 יאר! האט ער אונטערגעשריבן א צוואה פאר צוויי עדות אז זיין דריטער זון זלמן לייב זאל איבערנעמען די רביסטעווע אין וויליאמסבורג.

פון דער אנדערער זייט האט הרב הירצקא צוויבל, דעם רבי'נס שרייבער און ראש הכולל פון סאטמאר אין וויליאמסבורג, און הרב ישראל חיים הורוויץ רב הקהילה אין מאנטשעסטער דערציילט, אז זיי זענען געשטעלט געווארן דורך זייער רבי עדות צו זאגן אז רבי אהרן זאל איבערנעמען.

ביזן היינטיגן טאג, רעכענעט ער זיך שטארק מיט דער מיינונג פון זיינע דיינים. די דיינים וואס זענען זיין תורה אויטאריטעט, זענען פארמירט געווארן אין א בית דין נאר פארבינדען צוזאמען דערווייל בראש פון רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, ר' חיים דוד כ"ץ, ר' זלמן לייב פילאפ און ר' שלמה לייב וויינבערגער. חוץ פון זיין בי"ד האט ער נאך חשובע אנגעזעענע דיינים אין אנדערע שטעט, א שטייגער ווי ר' משה מנחם טירנויער (אין מאנטרעאל), ר' אריה ראזנפעלד (אין קרית יואל), רבי ברוך נתן האלבערשטאם (אין לאנדאן), רבי חיים קלמן גוטמאן, ר' לייבוש פריעדמאן, ר' יחזקאל ט"ב.

די מערהייט פון זיינע חסידים טוען זייער רעספעקטירן זיין זון הרב חיים צבי טייטלבוים, דער רב אין סאטמאר ירושלים, היות ער איז זײער פרום אין רעספעקטפול.

די אדמורו"ת(רעבִיסטֶעוֶוע) מלחמה מיט זיין ברודער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – סאטמאר מחלוקת

אום חודש ניסן תשנ"ט האט אויסגעפלאצט א ריזיגע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע חסידישע מחלוקה אין מאדערנער היסטאריע. דאס האט פאסירט ווען דער ברך משה'ס געזונט צושטאנד האט אנגעהויבן נאכצולאזן, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, אויטאמאטיש האט זיין עלטסטער זון ר' אהרן אומאפיציעל אנגעהויבן צוביסלעך איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר, און אנגעהויבן פירן סאטמאר איבער דער גארער וועלט. פאר די שטוב מענטשן און מקורבים פון ברך משה האט דאס שטארק נישט געשמעקט, זעענדיג און דעם אן אומרעספעקט צו משה גבאי, דעם דעמאלטסדיגן סאטמארער רבין’ס גבאי. אבער למעשה ביז פסח תשנ״ט איז ר׳ אהרן געווען דער אומאפיציעלער אויסשליסליכער צוקנופטיגער רבי פון דער סאטמארער אימפעריע איבער דער וועלט.

אבער ויהי היום איין שיינעם חול המועד האט מען זיך דערוואוסט אז דער ברך משה וויל אנדערש, וואס די זאליס זאגן צוליב וואס ר' אהרן האט אין די לעצטערע יארן פון זיין טאטע ארויסגעוויזן א שטארקע רעביסטעווע, און די ארונים זאגן אז דאס איז צוליב די העצע פון משה פרידמאן, די גבאים האבן אפגעמאכט אז מ'דארף אויפנעמען זיין יונגערן זון זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, און וכך הוה, זלמן לייב האט איבערגענומען אין וויליאמסבורג, אלע בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, מצה בעקעריי, אלץ איז ארויסגעפאלן פון ר' אהרן'ס הנהגה.

די אלע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט ר' אהרן, מיט די בני יואל, האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים, און ווי א רעטונג פאר דער סאטמארער קהלה, היות זיי זענען אלע יארן געווען פיינט פאר’ן ברך משה, און זענען געשפרינגען אויף די גאסן פון גרויס שמחה. ווידער ר' אהרן מיט זיינע מענטשן, זענען אויפגעשוידערט געווארן, צוזעענדיג ווי די קהילה צופאלט.

אלע פרואוון מצד די אהרונים צוריקצוברענגען די הנהגה פון וויליאמסבורג ווי פארדעם זענען געווען אומפרוכטבאר, קודם ביים דין תורה האבן די זאליס נאר געוואלט גיין צו די סאטמארער דיינים, און דערנאך האבן זיי לפנים משורת הדין געאפערט דריי באוואוסטע בתי דינים לויט די זאלישע גייסט, אבער די ארונים האבן געמיינט אז ס'וועט זיי בעסער זיין אנדערע בתי דין, אבער אלע פרואווען פון די ארוינים צו זיגן איז דורעכגעפאלן.

עס האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן איז שוין קאפוט, למעשה האבן זיינע חסידים זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די הנהגה אין די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר אין די סאטמארער הויפט שטאט קרית יואל, און אין בארא פארק.

אין תמוז תשס"ו האבן זיי געעפנעט אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדרים און שולעס פאר אלע יארגאנגען, איינגעשאפט בנינים, פאר די מוסדות אין געבויט א גרויסע שול. אויף א געדונגענעם ארט, און תשרי תשע"ח האבן זיי אפגעקויפט דעם בנין הבית המדרש.

די פילע חילוקים צווישן די צוויי קהילות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין רעזולטאט פון דער מחלוקה איז די סאטמארער קהלה גענצליך צוטיילט געווארן אין צוויי פראקציעס, ווען יעדע פון זיי שיידן זיך צו זייערע פונאנדערגעשיידטע אידעאלאגיעס, בעת ווען די ארונים האבן געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן שלום מיט דער בעלזער קהלה אין ירושלים, זענען די זאלוינים פארבליבן גאר שארף קעגן בעלז אין שפיץ פון זייער רב. די זאלוינים האבן שלום געמאכט מיט די בני יואל. די ארונים האבן זיך נישט באטייליגט ביים כינוס כלל ישראל – בעת ווען ר' זלמן לייב איז יא געגאנגען – ווייל מ'גייט דארט רעדן אויף ענגליש וואס איז נישט איינקלאנג מיט די מיהאלוויצע תקנות. ווי אויך ביי פארשידענע אנדערע מערכות ווי עס קענטיג געווארן אז ווי אימער די זאלוינים האבן געשריגן אסור, האבן די ארונים געשריגן מותר, ווי ביי די מערכה ביי דעם בית הקברות אין בית שמש, און שפעטער ביי דער ״גזירת הגיוס״ ווי ר' אהרן האט אנדערע די פנים פון די פראקציע פון רבי שמואל אויערבאך און זיי גערופן "גרים" און "פרעות-מאכער" אבער ער האט געהייסן זיי יא שטיצן מיט געלט, נאך וואס רבי זלמן לייב טוט זיי יא שטארק שטיצן, און ווי אויך ביי דער גרויסער עצרת מחאה קעגן דעם "גזירת הגיוס" אין בארקלעיס סענטער וואס רבי אהרן האט נישט געוואלט מיטשטיין צוליב וואס מען וועט סייווי גארנישט אויפטוהן נאר שאדן מאכן וויבאלד די ארץ ישראלדיגע רבנים זענען אנטקעגן דעם.) דאס ברענגט צו צום קאמישן רעזולטאט אז ווי אימער זלמן לייב זאגט איין זאך, זאגט אהרן פארקערט.

רבי זלמן לייב איז יארן לאנג געווען מרביץ תורה אין סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג וואו ער פלעגט זיך פירן זייער בפשטות, פילע תלמידים געדענקן אז ווען זיי פלעגן אנקומען אין ישיבה צו פארטאגס סדר פלעגט ער שוין דארט זיצן און לערנען פון די פריע פארטאגס שעות מיט א חברותא.

ער האט געדינט ברבנות אין זיין טאטענס שול סיגוט אין בארא פארק אויך האט אים זיין טאטע איבערגעגעבן די השגחה פון יענע צייטן ווען ער איז געווארן רבי.

רבי זלמן לייב מיט הרב יצחק טובי ווייס (גאב"ד ירושלים) אין זיין ישיבה

ער האט דורכאויס זיינע יארן אלס סיגוטער רב געהאט א שיעור אין סיגוטער ביהמ"ד ווי ער האט פארגעלערענט גאנץ ש"ס.

ער איז אלס געווען בקי אין די סדר השגחה ביי די מצות, וואס ער האט אסאך יארן געטוען אין השגחה אויפן פארלאנג פון זיין טאטן.

ער איז באקאנט מיט זיינע שיעורים וואס ער לערענט פאר אין זיין ישיבה גדולה אין קווינס פאר שבועות, אלס הכנה צו די קרעפל פשעטעל וואס ער זאגט איין מאל א יאר ערב שבועות.

די גרעסטע באזע פון זיין קהילה איז אין וויליאמסבורג. זיין קהילה אין וויליאמסבורג באשטייט פון פילע ראשי משפחות, און די הויפטקווארטיר איז דער גרויסער אלטער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט. ווי אויך פארמאגט די קהלה נאך 8 קלענערע בתי מדרשים פארשפרייט אין אלע קווארטלען פון וויליאמסבורג.

ר' זלמן לייב פירט די ישיבה גדולה אין גלענדעיל, קווינס ווי די ישיבה האט היינט אומגעפער ארום 1000 בחורים, און איז פאררעכנט היינט צוטאגס אלס די גרעסטע חסידיש'ע ישיבה גדולה אין דער גאנצער וועלט.

אויך האט ער מוסדות התורה און חברי הקהלה אין די שטעט: קרית יואל (ווי ער פארמאגט א קהלה פון נאנט צו דריי טויזענט מיטגלידער און מוסדות פון ארום 5 אהאלב טויזענט קינדער), בארא פארק, מאנסי (וואו עס דינט אלס רב זיין שוואגער ר' חיים יושע האלבערשטאם שליט"א), און מאנטרעאל, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, און אין ארץ ישראל, ספעציעל אין ירושלים, און ווי אויך אין בני ברק און בית שמש און אין נאך פלעצער ווי עס געפינען זיך סאטמארער אידן.

אין די לעצטע שטיק צייט איז אויך געגרינדעט געווארן די סאטמארער קהלות און מוסדות אונטער דעם רבי'נס פירערשאפט אין נאך צוויי שטעט ווי זיין ציבור האט לעצטענס אנגעהויבן זיך צו ציען, דאס זענען: דער נייער סאטמארער שטעטל "קרית יטב לב" אין בלומינגבורג, ניו יארק און אין לעיקוואָד, ניו זשערזי.

זיין שטיצע און אנערקענונג ביי די גדולי ישראל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' זלמן לייב האט גענאסן פון גרויסער הערצה ביי פילע גדולי ישראל וואס האבן געשפירט פאר וויכטיג אז ער מוז זיין דער סאטמארער רב, צווישן זיי אויכעט רבנים וואס זענען נישט סאטמארער דירעקט ווי הגאון הרב יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל. עס איז באוואוסט אז ער האט זיך דורכגערעדט מיט דריי גדולי ישראל איידער זיין טאטע האט אים עמטליך ממנה געווען, דאס זענען הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל, כ"ק אדמו"ר רבי לייבוש לייזער שליט"א מפשעווארסק, און הרב קאפלמאן זצ"ל וואס זיי האבן צוגעשטימט אז ער זאל אננעמען די בקשה פון זיין טאטען צו ווערן רב אין ווילאמסבורג.

שפעטער ווען ער האט שוין אנגענומען די רבנות זענען צוגעשטאנען פארשידענע סאטמארער רבנים אפי' אזעלכע וואס האבען זיך פריער געהאט דערווייטערט פון סאטמאר ווי דער מאנטיווידעא רב ר' אברהם לייטנער זצ"ל וואס האט דאן ברבים געלויבט דעם ברך משה זצ"ל זאגנדיג ער האט געהאט א גרויסע סייעתא דשמיא מיט'ן ממנה זיין ר' זלמן לייב אלץ רב, ווי אויך די וויזניץ-מאנסי'ער רבי זצ"ל וואס האט זיך ברבים אנגענומען פאר אים ווען ר' אהרן'ס קהלה איז געגאנגען אין געריכט, און גע'אסרט זיינע מיטגלידער צו ליינען ר' אהרנ'ס צייטונג דער בלאט. אויך האט אים דער קאשויער רב הגה"ק ר' רפאל בלום זצ"ל זייער שיין מקרב געווען, -כאטש ער איז אין אנהויב געווען עמטליך צוקריגט מיט סאטמאר- זעהנ'דיג א נייע עפאכע ווי סאטמאר איז צוריק אויף די ריכטיגע רעלסן.

ווי אויך די סאטמארער רבנים ווי הרב הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אב"ד אבני שלמה מאנסי וואס האט געזאגט ביי דער אויפנאמע פון זלמן לייב אז די הנאה זעט מען ביים גאנצן ציבור אויף זייערע פנימ'ער אז סאטמאר האט אזא רב; ווי אויך איז געקומען הרב יוסף אשכנזי דער טאלטשאווער רב וואס איז געווען יארן דערווייטערט פון דער סאטמארער קהילה, ווי אויך די בני יואל רבנים ווי הרב משארמאש וואס איז פלוצים געווארען זייער באפריינדעט מיט ר' זלמן לייב, ווי אויך דער טשאטה'ער רב שליט"א און נאך פילע, צוזעהנדיג דעם החזרת העטרה ליושנה, אז סאטמאר האט א רב וואס איז א שיינקייט פאר דער קהלה אויף דעם וועג פון דעם מייסד הקהלה זי"ע, און זיין ממשיך דער פאטער דער ברך משה זצ"ל.

זיינע פילע פעולות פאר דער אלטוועלטליכער אידנטום

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' זלמן לייב האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א פאנדרעיזער וואס איז א אומר מעט ועושה הרבה, ער אליין איז שעות ארוכות פארנומען מיט שאפן מיליאנען דאלער פאר פילע צוועקן פאר יחידים און פאר'ן ציבור.

ער האט מייסד געווען דעם מפעל "שקל הטהור" וואס שיקט ריזיגע סומעס געלט צו די מוסדות על טהרת הקודש אין ארצינו הק', אין די לעצטערע פאר יארן האט ער שוין געשיקט מיליאנען דאלארן, ווי אויך פארט ער ארום מיט גדולי ישראל (ווי הגאון רבי מלכיאל קאָטלער ר"י בית מדרש גבוה לעיקוואוד און הגאון רבי דוד פיינשטיין ר"י תפארת ירושלים מאנהעטן א זון פון הגאון רבי משה פיינשטיין, און רבי לייבוש לייזער) צו שאפן פאנדען פאר ילדי צרפת אז עס זאל נישט אויסגעמעקט ווערן זייער אידישקייט דורך די ציונים, ווי אויך האט ער געשאפן א מסגרת אין זיין קהלה (גערופן "זכרו תורת משה") ווי די בעלי בתים און אינגעלייט לערנען מסכתות הש"ס אויפ'ן סדר און דערנאך נעמען זיי בחינות, און ער שאפט גרויסע געלטער פאר די חודש'ליכע תמיכה פאר די טויזענטער אינגעלייט וואס נעמען די בחינות, און די זעלבע צייט טוט ער אינוועסטירן אסאך מיה און פלאג צו אויפבויען נייע געגענטער ווי די אינגעלייט זאלן קענען וואוינען מיט א ברייטקייט פאר א ביליגע פרייז, ווי אין בלומינגבורג, ניו יארק און ווי אויך אין לעיקוואד.

אזוי אויך האט ער מייסד געווען די ערשטע "חתונה מאל" צו מאכן א ביליגערער סטאנדארט פאר חתונה'ס, אזוי אויך האט ער געבויט (מיט דער הילף פון הנגיד הרב אליעזר קעסטענבוים) די צוויי באקאנטע פרדס זאלן צו ערמעגליכן דאס פראווען ביליגע חתונה'ס מיט'ן גאנצן פראכט, וואס פיל קהלות האבן געפרואווט און נאכגעטוהן, אזוי אויך סיי וועלכער איד עס גייט אריין צו אים פאר א צוועק איז ער גרייט בלב ונפש מיט א ווארים הארץ צו העלפן.

און דאס אלעס טוט ער ”באשיידנערהייט”, ---אן קיין רעש און פאמפע!.....---.

די צוויי ברידער אלס רבי'ס זענען מנחם אבל די טאכטער פון ר' אלימלך אשכנזי אייר תשס"ז

די קינדער פון רבי זלמן לייב און זיין רביצין מרת חיה שרה זענען:

  • רבי חיים צבי טייטלבוים, רב אין סאטמאר ירושלים ווי אויך רב פון זיין טאטע'נס קהילה אין קרית יואל. אן איידעם פון זיין פעטער, רבי אפרים לעמבערגער פון מאקאווא בארא פארק.
  • רבי יעקב בער טייטלבוים , רב אין סיגוטער שול אין בארא פארק. איידעם פון רבי צבי הירש מייזליש אב"ד שאפראן.
  • רבי יואל טייטלבוים. איידעם פון רבי אנשיל אשכנזי, רב דקהל חוות דעת
  • רבי אהרן טייטלבוים. איידעם פון רבי אלעזר מענדל מייזליש, רב דקהל ניימארק
  • רבי חנניה יו"ט ליפא, איידעם פון רבי ברוך נתן האלבערשטאם, רב פון סאטמארער קהילה אין לאנדאן.
  • מרת רחל אסתר, די ווייב פון רבי יצחק ראזענבערגער , דומ"ץ ליע גארדענס, און זון פון רבי יהושע ראזענבערגער, א דיין אין דער עדה החרדית.
  • מרת ברכה סימא, די ווייב פון רבי אלטר יעקב יצחק הכהן גלאנץ , רב פון סאטמארער קהלה אין לעיקוואד און מגי"ש בישיבה גדולה דסאטמאר.
  • מרת רויזא, די ווייב פון רבי אלעזר טייטלבוים, ראש כולל אין וויליאמסבורג און א זון פון רבי ליפא טייטלבוים רב דקהל בית אהרן.
  • מרת חנה, די ווייב פון רבי יואל שמעון פריעדמאן, אן אייניקל פון רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן ראב"ד סאטמאר.
  • מרת הענדל, די ווייב פון אלחנן חיים פילאפ , בן רבי זלמן לייב פילאפ חבר הבד"ץ דסאטמאר.
  1. אריה ערליך. מלכות של חסד. משפחה, כ"ט בכסלו תשע"ג. זייט 28.
פֿריערדיגער:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה
סאטמארער רבי נאָכפֿאלגער:
היינטיגער