יעקב בער טייטלבוים
רבי יעקב בער טייטלבוים איז דער רב פונעם סיגעטער ביהמ"ד אויף 50טן סטריט און 15טן עוועניו.
ער איז דער צווייטער זון פון דעם סאטמארער רבי'ן הרב זלמן לייב טייטלבוים און אן איידעם ביים שאפראנער רב פון וויליאמסבורג.
ר' יעקב בער איז א תלמיד פון ר' מענדל אטיק און האט געלערנט פריוואט מיט ר' עזרא וויזל פון ר' גדליה נאדל'ס תלמידים און ראש ישיבת סאטמאר ירושלים בימי רבי משה אריה פריינד גאב"ד עדה החרדית ירושלים.
ער וואוינט אין בארא פארק, וואו ער פירט אן די סיגעטער ביהמ"ד אויף 50טער סטריט און 15 עוו., געגרינדעט דורך זיין זיידן דער ברך משה פון סאטמאר.
ער פארנעמט זיך גאר שטארק מיט די לעגאלע אקטיוויטעטן פון דער זאלונישער פראקציע סיי אין וויליאמסבורג, און סיי אין איבער גאנץ ניו יארק און ניו דזערסי.
ער ווערט פארעכענט אלס הויפט יועץ פאר זיין טאטן און די זאלוינים.
ער איז א פארשטענדליכער מענטש וואס פארשטייט גוט צו דער היינטיגער וועלט, ער פערזענליך פארמאגט שטארקע קוואפליקאציעס און מולטי טאלאנטן און פירערשאפט סקילס מיט וואס ער האט די מעגליכקייט צו קענען אנפירן מיט די מעגא פראיעקטן פון דער קהילה און אויך פדיון שבוים פאר הונדערטער פריוואטע קעיסעס היימישע וואו נישט היימישע.
ער איז אויך באוואוסט אלס א פיפיגער יונגערמאן, עס ליגט ביי אים אויפן טיש גאר פארצווייגטע ענינים הצריכין תושי', ספעציעל אין פעלער ווי יודן ווערן אריינגעדרייט אין לעגאלע פראבלעמען מיט דער רעגירונג, וואו ער נוצט זיינע גוטע קשרים מיט גאר גרויסע אדוואקאטן לטובתם.
ער פירט זיך זייער בשלום און איז שטארק אין גוטן מיט זיין ברודער ר' חיים הערש סאטמאר זאלוינים רב פון ירושלים.
זיינע קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מרת פייגא בלימא, האט געהייראט הרב יעקב שרגא מייליש בן ר' פנחס אליעזר
- מרת ברכה סימא, האט געהייראט הרב אברהם שלום פנחס ראטנבערג בו אב״ד וואוידיסלאוו
- הרב חיים, האט געהייראט מרת שפרה שלאמצי בת ר' זלמן לייב וואגשאל
- הרב שלום אליעזר, איז א חתן צו מרת חנה בת ר' שמואל בנימין לויפער
- יאכעט
- רחל אסתר
- מלכה
- משה
- שמעון ישראל
- יואל
- חנניה יו״ט