בארא פארק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

באָראָ פּאַרק איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום-מערב'דיגער זייט פון ברוקלין, ניו יארק. די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט, און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט. אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן - די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב, סאטמאר און מונקאטש.

עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו, דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק, די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן, און איז א גרויסער ביזנעס צענטער, עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן, ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך.

פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו. אייכלער'ס ספרים געשעפט, סאבוועי רעסטאראן.

ראיאטן מיט פאליציי[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שוין אפאר מאל פארגעקומען דארטן געוואלדן ווען די פאליציי האט זיך לויט געוויסע נישט אויפגעפירט איידל ביים באהאנדעלן שטייף קרימינאלן, ווי ביי די גדון באש טויט. און ביי די שיק ארעסט. און פאר צענדליגע יאר צוריק.


״שומר שבת״ שול[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ״שומר שבת״ שול אויף 13טער עוועניו אין בארא פארק איז א אייגענארטיקע שול וואס מען טרעפט נישט אזאנס

א) עס איז צוגעשטעלט פאר יעדן איינעם ממש נישט קיין חילוק מיט א בארד אדער אהן, א ציוני א קנאי, א סאטמערער א קלויזענבורגער, א נארמאלער א משוגענער, א רבי א גאסן קערער, א ארץ ישראל איד אן אמעריקאנער, א גאנצער איד א האלבער איד, יעדער שפירט דארט היימיש.

ב) מען טרעפט דארט מנינים 24 שעה א טאג, שחרית ביז צום זמן מנחה. מנחה ביז זמן מעריב, מעריב ביז צום זמן שחרית.

ג) איהר טרעפט דארט צו עסן און צו טרינקען וויפיל איהר ווילט.

ד) דריי געטרייע שמשים וואס מען זעט אין ערגעץ נישט.

ה) עס איז געפאקט מיט אידן שטענדיג.

ו) דער רב רב טירנויער איז פון אויסגערופענע גרויסע רבנים אין שטאט.

ז) איהר קענט דארט טרעפן א היטש קיין לייקוואוד, וויליאמסבורג, מאנסי. מאנרא. און די שמשים וועלן אייך צוהעלפן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • בארא פארק ראיאטן ווידעא פיד גענוצט פאר עדווערטייזמענט פאר אידישע נגינה טעיפ גוגל ווידעא

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומינגבורג • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פוירט • ציריך • צפת • קווינס • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • ריווערדייל • רמת וויזשניץ • שטראסבורג • שיקאגא

ליסטע פון ברוקלין געגנטן                  

בארא פארק · וויליאמסבורג · בענסנהוירסט · גרינפאנט · בושוויק · פארט גרין · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · בעדפארד סטייוועסענט · שיפשעיד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · ברייטאן ביטש · קרוין הייטס · און נאך...