משה פרידמאן (גבאי)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון משה גבאי)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
ר' משה פרידמאן המכונה משה גבאי.
ר' משה פרד"מ

משה פרידמאן, באקאנט צווישן סאטמארער חסידים אלס משה גבאי, איז געווען דער לאנג-יעריגער באדינער פונעם לעצטן סאטמארער רבי'ן, ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און איז היינט דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

פירער פון סאטמאר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין ברוקלין, ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט אליעזר קעסטענבוים און ברוך מרדכי אקערמאן, היינט באקאנט אלץ פרידמאנ'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א פארווערטס טראק אין איסט ריווער ווייל עס האט געשריבן נעגאטיווע באשרייבנוגען אויף סאטמאר.

אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער סאטמארער רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן סאטמארער חסידות. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואסען, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך אייזיק לעפקאוויטש, אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.

צעטיילונג פון סאטמאר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט רבי אהרן טייטלבוים וואס האט אויך געהאלטן מיט זיין שיטה, אז מ'דארף האבן א שטארק חסידות, און אז מ'מעג ניצן אגרעסיווע מיטלען. דאס האט אים אויך געברענגט מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין קרית יואל וואו ער איז געווען רב.

שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט,וייל ר׳ אהרן האט נישט געוואלט פאלגן משה גבאי,האט אהים משה געזאגט אז ״אויב וועסטו מיך פאלגן וועט אלעס פארן אויב נישט וועסטו אויסזעהן אזוי ווי דאן שוואגער ר׳ ישראל האגער״ (וואס האט דעמאלט געדאווענט און א בעיסמענט קוים מוט מנין) אין אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי זלמן לייב טייטלבוים, געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער ברך משה, צו דינען אלס רב פאר דער וויליאמסבורגער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי אהרן טייטלבוים און זיינע נאכפאלגער אלס אן פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן ר' משה אין ר' אהרן שליט"א, זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענר און א שטארקער שטיצער פאר שלום.

דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רעביס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רעביס. דאס האט פאסירט ביי ר' יוסף אשכנזי. דער גבאי פון ר' יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס האט אויך פאסירט אין קארלין, סלאנים, און נאך.[פֿעלט אַ מקור]

די שטיצער פון ר' אהרן באשולדיגן ר' משה גבאי אין צעטיילן סאטמאר, זאגנדיג אז זיין מאטיוו איז צו פארגרינטעווען זיין אייגענער מאכט. איינע פון די הויפט טענות איז דאס אז דער סאטמארער רבי האט געליטן פון אלצהיימערס קרענק ל"ע און דערפאר זענען זיינע החלטות נישט זיינע אייגענע, נאר ער ווערט מאניפולירט דורך משה פרידמאן לויט פרידמאנ'ס פערזענליכע אינטערעסן. משה פרידמאן און זיינע שטיצער האבן געפרואווט ווייזן אויף צוריק אז דער סאטמארער רבי איז אייביג געווען ביים פולן זינען. און דאס וואס ער פארגעסט איז פשוט צוליב אלטקייט און איז לאו דווקא א ראי' אז מען קען אים איינטיילן וואס צו טאן.

היינט צוטאגס איז ער דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, צוזאמען מיט הרב שמואל טייטלבוים שליט"א.

די פאזיציע פון א גבאי[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

צו זיין א גבאי פון א גרויסן אדמו"ר קען זיין אסאך מאל זיין דער שטערקסטע פאזיציע און א חסידות, ממש במקום דער רבי, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין סאטמאר. ווי ר' משה פרידמאן האט זיך ערווארבן אין די לעצטע יארן פונעם רבי'ן, וואס דער רבי איז נישט געווען בדעה צלולה, האט ר' משה געפירט אלץ.

ר' משה פרידמאן האט אויך געהאט פארשידענע פערזענליכע באקאנטע סיכסוכים וואס דער רבי איז מיטגעשלעפט געווארן, און אין א געוויסע אינצידענט איז ער איבערגעפארן געווארן מיט א קאר שיער צום טויט, דורך א מיטגליד פון די לעפקאוויץ פאמיליע, צוליב א סכסוך מיט הייזער און געביידעלעך.

אויך איז ר' משה באקאנט אלס א גבר אלים אין א שטייפער מענטש וואס שרעקט זיך פון גארנישט, ווי למשל ווען עס זענען פארגעקומען די דאפלטע וואלן אין סאטמאר איז ער געקומען זיך שלאגן מיט די אהרונים.

דאס מערקווירדיגסטע איז געווען ביי די לוי' פונעם ברך משה אין קרית יואל אין די בית המדרש פון די ארונים ווי ער האט פארפירט מיט א הויכע באוואסע שטימע היתכן ר' אהרן'ס זוהן ר' מענדעלע גייט מספיד זיין, ווייל עס געווען אפגעשמיסט אז נאר די דיינים פון די סאטמארע קהילות גייען מספיד זיין אין קיינער נישט, נאכן אנמאכן מהימות האט ר' אהרן אויסגערופן אז מען זאל אנפאנגען ארויסטראגען די מיטה, און די זעלבע צייט האבן געוויסע אהרוינים באפאלען משה גבאי מיט קלעפ אין אויסגעריפען הויך אויפן מייק: לאזט נישט ארויס משה לעבדיגערהייט!, אבער דאס האט אים נישט אפגעשוואכט אין היינט ציטאגס איז ער ווייטער די אפיציעלע גבאי ביים סאטמארער רבי'ן, ר' זלמן לייב.

דער איד[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ער איז פּרעזידענט פֿונעם װאָכן בלאַט דער איד. דאס דינט אים אויך אין זיין מערכה צו באגראבן די ארונים. הגם די ארונים האבן טאקע געפענט א אייגענע צייטונג קאנקורענט דער בלאט, אבער ער דעדט זיך נאך איין אז וואס דער אלגעמיינער טראדיציאנאלער סאטמאר איד וואס איז נישט צו שטארק פארברענטער ארוני קויפט נאך אלס "דער איד". און ער האט אויך באוויזן ארויסצובאקומען אן איסור פון ר' משה טייטלבוים קעגן "דער בלאט".