לדלג לתוכן

רעדן:משה פרידמאן (גבאי)

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

אויסמעקן זיין מאמע'ס צרות

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נא. אלעס האט א שיעור. איך מיין אז דער ארטיקל גייט צו ווייט, מיטן דערמאנען זיין נערווען קראנקע משפחה, איז דאס א פּאָנטש אונטער די בעלט... אפשר זאל מען דאס מעקן.?--יואל 01:14, 10 מאַרץ 2006 (UTC)

אלעס ווערט געשריבן נייטראל?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ארטיקל איז נישט נייטראל!!!

גערעכט! קענסט דאך טוישן ►רוני◄ 04:50, 2 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דזשאדזש ראזענוואסער האט נישט באקומען די פארמעסי רעקארדס פון אלטסהיימערס

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך מיין אז מען האט דא אריינגעלייגט געזונטע שטותים, די ארונים האבן קיינמאל נישט אריינגעגעבן אין קאורט דאקומענטן וואס ווייזן אז דער רבי האט געליטן אויף אלצהיימערס, עס האט זיך בלויז ארומגעדרייט אויף די גאס און אויף היידפארק, פארוואס זיי האבן עס נישט אריינגעגעבן ווייס איך נישט, קען זיין ווייל עס איז פאלש, אדער ווייל זיי האבן ארויסדערווישט אויף א אומלעגאלער וועג, עכ"פ זיי האבן עס קיינמאל נישט אריינגעגעבן, און ראזענוואסער האט בלויז געזאגט אז ער זעט נישט גענוג ראיות אז דער רבי האט ארויסגעווארפן בערל פרידמאן, ממילא אויב איינער האלט אז איך בין ראנג זאל ער זאגן, אז נישט וועל איך עס מוזן אויסמעקן. --מענטשעלע 14:09, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אפדעיט יעצט האב איך איבערגעליינט דיין לייקענונג, עס הייבט זיך אן מיט איך מיין, אויב אזוי ווארען איך דיך זאלסט נישט מעקן זאכן וואס דו מיינסט אז עס נישט אמת קיינמאל, דא איז נישט דיין פריוואטער הויז, דא ביסטו נאר ערלויבט צו מעקן זאכן וואס דו ווייסט אז עס נישט ריכטיק. אחוץ ביי אלוועטליכע ענינים וואס האט נישט מיט חסידישע פאליטיק וואס דארטן איז אן קיין מקור נישט ערלויבט צו שרייבן.--קרעכמער 14:47, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך ווייס אז זיי האבן יא אריינגעבן פאר ראזענוואסער דאס אז דער רבי איז נישט געהעריג ביים דעת און מ'קען ארויסהאבן פון אים סתירות, ביסט גערעכט אז פאר באראש האבן זיי דאס נאכנישט געזאגט אבער פאר ראזענוואסער האבן זיי יא געטוישט דעם סטראטעגיע, און אפען חוזק געמאכט מיט געבן אלע דאקומענטן, וואס די ארונים האבן אויך שפעטער ארויפגעלייגט אין הייד פארק און דערביי געשריבן אז דאס איז קארט דאקומענטן. דו ביסט דען דארט געווען אין קארט צו זאגן אז עס איז נישט אמת? ניין! דו ווילסט סתם פארדרייען א קאפ. אבער אויב דו וועסט אפען לייקענען אפילו איך זעה דיינע כוונות דערין קען איך מיך נישט קיין עצה געבן און איך וועל עס מוזן לאזן פאר באנוצער:רוני וואס ער איז זיכער נישט קיין ארוני אדער זאלי, ער זאל שליכטן דעם פייט צווישן מיר און דיר, ווייל סוף כל סוף אפילו דיינע מאטיווען זענען אפען, ווייל יעדער איינער ווייסט אז הייד פארק איז פון אינסייד חברה און אין די זאכן וואלטן זיי יא געווען באגלייבט, אבער וויבאלד מ'האט שוין פון לאנג אראפגעשטעלט אן אייזערנע כלל אז היידפארק איז נישט קיין מקור, וועל איך מיך מוזן ארבייטן גאר שווער דיך צו באקעמפן. --קרעכמער 14:38, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מאטיוון שמאטיוון, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, פרעג דיך נאך, און קוק דורך אלע קאורט דאקומענטאן, עס איז אלעס פאבליק אינפארמאציע, און איז ארום אין אימעיל, און איך זאג דיר נאכאמאל, אז מען האט אפשר געזאגט אז דער רבי ווייסט נישט וואס טוט זיך, מען האט אבער קיינמאל נישט אריינגעגבן סיי וועלכע מעדיצינישע אדער פארמאסי רעקארדס דאס אונטערצושטיצן, אז דו האסט עס לייג עס ארויף, אבער מאך זיכער מען זאל זען אז עס איז אדורך דעם קאורט סיסטעם, דעטס אלל.--24.105.138.226 14:49, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ביסטו מענטשעלע אויב יא איך דיך שוין געווארענט זאלסט נישט מעקן, אז נישט ווארען איך דיך נאכאמאל דו זאלסט נישט מעקן ווייל דאס ווערט פארעכנט ווי א וואנדאל און מ'וועט דיך שטעלן אויפן פלאץ.--קרעכמער 15:00, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אאפס, איינער נעמט זיך אן פאר מיר, ניין, איך האב נישט געשריבן די פאריגע קאמענטס, אבער איך שטים צו דערצו טויזנט פראצענט, נאכמער, ליין אדורך ראזענוואסערס פסק, און דו וועסט זען אז איך בין גערעכט, ער רעדט פון אלעם, אבער א ווארט נישט איבער סיי וועלכע מעדעצינישע רעקארדס. --מענטשעלע 15:07, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מענטשעלע דיין נאמען האלט זיך טאקע פאר א גאנצער מענטשעלע, אבער מיר זענען דאך נישט קיין קליינע קינדער צו מיינען אז דאס איז 2 באזונדערע באנוצער.... DONT INSULT OUR INTELIGENCE--קרעכמער 15:13, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אן אלטער טאקטיק, ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן, צו פארדרייען דעם שמועס, קוק אדורך מיין היסטארי, און איך האב שוין געשריבן צענדליגע ארטיקלען דא, און איך האב נישט קיין שום אינטערעסע צו נישט ארויסשרייבן מיין נאמען. יעצט צום פוינט, האסט עפעס וואס צו ענטפערן איבער די אישו, אבער נישט--מענטשעלע 15:30, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דו פרעגסט צו איך האב וואס צו ענטפערן, אינטערסאנט דו ווילסט מאכן אן אימפרעשאן כאילו מיר זענען קינדער און קיינער באמערקט נישט ווי איך האב דיר שוין גענטפערט דריי מאל. יא. און איצט נאכאמאל צו 4'טן מאל: זאלסט דיך נישט וואגן צו מעקן ווייל דו ביסט א וואנדאל וואס האסט געלייגט דיינע זאלוינישע פראפעגאנדע פאר וויקיפעדיעס אינטערעסן. און מען וועט דיך אומשעדליך מאכן. יעדער פארברעכער ענדיגט אפ שלעכט. סוף גנב לתלי' אז נישט איצט וועט דיין סוף זיין נעקסטע מאל.--קרעכמער 15:43, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

באשעפער איינער, דאס הייסט גענטפערט? דאס הייסט געשריגן, האסט אויסגעבראכן אין א ווילדע משוגענע אטאקע אויף מיר, ווייל איך האב געפרעגט אן אפענע פראגע, און אויף די פראגע האסטו מיר נאך אלץ נישט גענטפערט, און אויב דו וועסט נישט ווייזו א לינק אדער סיי וואס אויפצוווייזן אז מען האט יא געוויזן אין קאורט פאפירן איבערן רבינ'ס געזונט צושטאנד, וועל איך עס מוזן מעקן, ווייל איך האב דורכגעקוקט די פאפירן, און עס איז נישט דארט, און איך מיין אז "דאס" איז אין די אינטערעסן פון וויקיפידיע, נישט דיינע טויטע קללות. --מענטשעלע 15:53, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב דיך נישט געשאלטן הער אויף מיט דיינע העצערישע ליגענטס. סך הכל האב איך געזאגט און געווארענט, און גערעדט דיין שפראך, אז טאמער דו מעקסט ביסטו א פארגאגענהייט. דו האסט נישט וואס צו מעקן זאכן אן קיין לייקענונג. דו האסט נישט געלייקענט. דו האסט נאר געלייקענט נאכדעם וואס איך האב דיר מסביר געווען אז דו ווייסט נישט פארקערט, אזא לייקענונג איז א אפענער שקר און עס ווייזט ארויס אז דו לייקענסט נאר כדי דאס אראפצונמען אפילו עס קען זיין אמת. דאס איז וואנדאליזם. און איך וועל דיר נישט לאזן וואנדאליזירן וויקיפעדיע בשום אין אופ שבעולם.--קרעכמער 15:59, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
קרעכמער, דו דארפסט נישט זיין אזוי ווילד אין דעם ענין. דו קענסט מסביר זיין בדרכי נועם פארוואס דער שטיקל דארף בלייבן -- צו אמת צו נישט איז עס געווען ברייט באריכטעט אין די אלגעמיינע מידיע. אויב איינער האלט אז עס איז נישט אמת דער עצם פאקט פון סאטמאר רב'ס אלצהיימערס, איז אבער קלאר אמת אז "די שטיצער פון ר' אהרן טענה'ן אז ער האט געליטן אויף אלצהיימערס," ווייל עס איז געווען ברייט באריכטעט אין די מידיע אין נאמען פון די ארונים'ס ספאקספערזאן. באנוצער:קאצקער
ווען איך זעה א אפענער וואנדאל ביי די ארבייט בין איך גאר ווילד, ווייל איך האלט אז דערווייל איז דאס נאר א טובה פון וויקיפעדיע. מען האנדעלט נישטא מיט קיין נייע באנוצער וואס וועלן ווערן אפגעשראקן, כללית'דיג ביסטו גערעכט אבער דא רעדט זיך פון אפענע פארטייאישע מענטשן וואס נוצען גאנצעטע טריקס און געריבענע לויער שפראך צו מעקן פאקטן פון וויקיפעדיע, מוז איך זיך באנוצען מיט מיין גאנצן אייפער און עקשנות דאס צו פארהיטן. לגופו של ענין: איז אזוי ער האט נישט געלייקענט נאר נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז ער מיינט, דאס ווייזט זיינע מאטיווען אז ער וויל צושטויסן דעם וויקיפעדיע פאר פארטייאישע אינטערעסן. איז ער א זאלי? איך האלט אזוי. איז דאס נייטיג אהער: שוין איינמאל. ווייל אויב איך זעה א נארמאלער באנוצער מעקט נעם איך אן אז אזוי איז דער אמת אבער אויב איך זעה אן ערקלערטער זאלי מעקט, ווייס איך אז עס איז ליגענט און איך וועל אים דאס נישט דערלאזן אן געהעריג דאס טאן לויט די פארלאנגטע ציוויליזירטע פארשריפן פאליסיס און געזעצען פון אלע 200 הונדערטע וויקיפעדיע שפראכן.--קרעכמער 16:50, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מעג מען באשולדיגן איינעם אין פארטייאישקייט אין די רעדן בלאט?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
איך וועל אבער צולייגן אז מען וועט נישט צולאזן אז מען זאל דא מאכן הוילע סטראשונקעס פאר יעדן וואס וויל פארבעסערן וויקיפעדיע. אז איינער האלט עפעס האט נישט קיין מקור, האט ער רעכט דאס דורכצורעדן אן דעם וואס מען זאל אים באפאלן. דאס איז אויסדריקליך נישט קיין וואנדאליזם. דער אטמאספערע פון באזידלען אלץ פארטייאיש יעדער וואס וויל צוהעלפן וועט פארטרייבן אזעלכע וואס ווילן באמת בייהילפיג זיין. עס איז נישטא קיין שום סבה מען זאל נישט קענען דורכרעדן בדרכי נועם די דיפערענצן. אבער סטראשונקעס און באזידלונגען גייען שוין דא איבער די מאס. אז איך -- א חסיד וואס קען זיך אויס אין אסאך הויפן אבער באלאנג אפיציעל אין ערגעץ נישט -- ווער יעדן טאג אטאקירט אז איך בין פארטייאיש, איין טאג שרייט מען ארוני און דעם אנדערן זאלוני, איז א סימן אז דאס איז שוין געגאנגען צו ווייט. איינע פון די הויפט יסודות פון וויקיפעדיע איז נעם אן אז אנדערע מיטטיילער מיינען צוצוהעלפן און נישט צו שעדיגן. אויב איז שווער אנצונעמען אזא באגריף וועט עס זיין פאר אן אייביגן חסרון אויף די אנטוויקלונג פון דער יידישער וויקיפעדיע. --קאצקער 16:16, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אין אלגעמיין וויקיפעדיע, אפילו עס איז דא א פאליסי פון זיי דרייסט און רעכן זיך נישט מיט געזעצן, איז דאס טאקע נישט ערלויבט, ווייל דאס האט נישט מיטן ענין ווער דער שרייבער איז. אבער אין די רעדן בלעטער וואס זענען די ציל זיך צו ארוטענה'נען און אזוי ארום ארויסקומן מיטן ריינעם אמת, קען מען נישט מאכן קיין פאליסי צו באגרעניצען וואס מען מעג שרייבן און וואס נישט. דא מעג מען זאגן וואס מ'וויל לויט די אומשטענדן, יעדע שמועס קען ווערן היציג און גיין פערזענליך מען קען דאס נישט אויסשליסן פאר אייביג, און כדי אויפציווייזן אז איינער איז א וואנדאל מוז מען זיך רוב מאל באנוצען ווילד, אמת פאר נייע באנוצער וועלן זיך אפשרעקן פון דעם. אבער דא האנדעלט מען מיט וועטעראן שרייבער וואס זענען נישט ניי צו די רעדן בלעטער.--קרעכמער 16:59, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

  1. די וויקיפעדיע פאליסיס מאכן נישט קיין חילוק פון רעדן בלעטער און ארטיקלען לגבי וויאזוי זיך צו פירן אויף א געמיינזאמן אופן.
  2. אין יעדן פלאץ אויף וויקיפעדיע דארף מען זיך צוריקהאלטן פון באשולדיגונגען. עס איז נישטא קיין אנדערע וועג וויאזוי צו בויען א געמיינזאמע ענציקלאפעדיע. עס איז קיינמאל נישט פאסיג צו זיין ווילד,
  3. אפילו ווען יענער איז אן אפענער וואנדאל. מען ווארנט מיט דעם אנגענומענעם מוסטער, און אויב עס האלט אן ווערט יענער בלאקירט.
  4. מ'דארף נישט שרייען און זידלען. אזאנס איז קלאר נישט אין דעם גייסט פון וויקיפעדיע.
  5. נאכדערצו אויב די וואנדאליזם איז אזא סארט וואס איז בכלל א שאלה צו עס איז וואנדאליזם, וואס אפילו אויב יא איז עס נאר ביי די אידישע -- ביי די אלגעמיינע וויקיפעדיע הייסט נישט מעקן קיין וואנדאליזם חוץ אויב דער מעקעריי איז קלאר בלי ספק אז עס איז אויף אבי שוואך צו מאכן דעם וויקיפעדיע ווי למשל, אויסטוישן תוכן אויף "דזיבעריש" ("ףלחחל כןשוןפ שגכדלעח"), אדער מעקן גאנצע בלעטער אבי חרוב צו מאכן, וכדו'. דער איינציגער מעקעריי וואס מען האט צוגעלייגט אויף די יידישע אלץ וואנדאליזם איז ווען איינער מעקט א זאך מיט א קלארע, פארלעסליכע, געדריקטע מקור, און פארטיידיגט נישט זיין אקט מיט א לעגיטימע סבה.)
  6. און אויב קען מען נישט אויפווייזן אז יענער איז טאקע א וואנדאל און בלאקירן, איז דער גאנצע טענה פון וואנדאליזם לעכערליך. ווארן ווי עס פאסט אויף אן איידעלן אופן און בלאקיר אויב יענער הערט נישט אויף -- אדער הער אויף צו באזידלען און רעד דורך דיינע דיפערענצן. --קאצקער 18:00, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אויף פּונקטן 1234 האב איך דיר שוין גענטפערט אין מסביר געווען זייער קלאר, אז עס שוין איינמאל א חילוק פון רעדן בלעטער צו וויקיפעדיע ארטיקלן זעלבסט. דו ווילסט נאר איבערחזרן און שרייבן הונדערט מאל די זעלבע זאך, מיינענדיג אז דער עולם איז דיין גולם. הער אויף צו פיליבאסטערן דא גאנצע רעדן בלעטער, אחוץ אויב דו ווילסט צאלן פאר די ליינער די אויגן-דאקטאר בילס...
אויף דיין טענה נומער 5 איז פאלטש, מיר האבן נישט קיין שום אנדערע געזעצן פון קיין איין וויקיפעדיע שפראך. איך האב דיר דאס שוין אפגעווארפן אין קטלא קניא'ס בלאג, אבער אזוי ווי דער עולם דא זאל אויך וויסן וואסארא העצער דו ביסט קעגן די אידישע וויקיפעדיע ווייל עס שטייט דיר און וועג און דו קענסט נישט איינרעדן דא ווי ביים ענגלישן גוי אלע דיינע שטותים, וועל איך עס דא איבערחזרן.
דער אידישער וויקיפעדיע איז וואנדאליזם קלאר נאר אויב איינער מעקט מיט א כוונה צו פארהארגענען די אינפארמאציע בייזוויליג. און טאמער איינער ווערט אויפגעוויזן אז ער האט געמעקט נישט ווייל עס איז נישט אמת נאר צוליב אייגענע פארטייאישע נגיעות איז ער א וואנדאל וואס האט מקריב געווען וויקיפעדיע על מזבח זיין חסידות. און דאס איז ביי יעדע איינציגע שפראך פון אלע 200 דער זעלבער דין. אז טאמער איינער מעקט סתם אזוי איז ער נישט נאר קיין וואנדאל נאר ער איז א צדיק און קיינער ווייסט אפילו נישט וואס ער האט געטאן. דאס גאנצע בראטל דא איז נולד געווארן ווען מען האט געזען קלאר די מאטיווען פונעם מעקער. און דאס איז זייער וויכטיג פאר יעדן באנוצער צו ווארענען אזאלעכע וואנדאלן. דו ביסט א שקרן אויב דו זאגסט איבער און איבער אז די אידישע וויקיפעדיע האט אנדערע דינים. מיר פירן זיך גענוי לויט די ענגלישע. און אין יעדן וויקיפעדיע שפראך וואלט מען דיך בלאקירט זעהנדיג דיינע כוונות אז עס איז בייזוויליג צו שאדן מאכן פאר וויקיפעדיע. דא האט מען דיך נאכנישט בלאקירט ווייל דו האסט דערווייל זייער קלוג גענטפערט אלע ווארענונגען. אבער איך שווער ביים בארד אז איך וועל שטיין על המשמר איבעראל ווי דו וועסט נאר מעקן, וועל איך דיך פרעגן פארוואס דו האסט דאס געטאן. און ניין דאס איז נישט שעלטן דאס איז אויך נישט שרייען דאס איז אחריות וואס יעדער באנוצער ברויך האבן פארן צווייטען.
אויף נומער זעקס ביסטו קלאר פאלטש, זיי דרייסט מיינט זאלסט ווארענען רעכטס און לינקס לויט די אומשטענדן און לויט שכל. דא אין דעם נושא האלט איך אז איך האב געטאן ווי עס ברויך קענסט האלטן אנדערשט איך שרעק מיך נישט. אבער מאך נישט קיין נייע געזעצן און פאליסיס וואס געפעלט דיר אויב אנדערע זענען נישט מסכים דערצו.--קרעכמער 18:25, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
זיי דרייסט מיינט זיי דרייסט צו ענדערן. עס האט גארנישט מיט ווארענען צו טון. פארדריי נישט קיין פאליסיס. --קאצקער 18:53, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
ביים היטן די וויקיפידיע אינפארמאציע דארף מען אויך זיין דרייסט נישט נאר ביים וואנדאלאזירן...--קרעכמער 18:59, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

עס איז א ליגענט ביטע אויסמעקן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך גיי איצט נישט אריין אין די עצם פראגע צו דער רבי האט יא געהאט אלצהיימערס צו נישט, איך זאג נאר, אז די גאנצע ארטיקל דא, אז מען האט געוויזן פארן קאורט פאפירן אז ער ליידט דערויף, און ראזענוואסער האט צוגעשטימט און "וועגן דעם" ארויסגעגבן זיין פסק, איז שטותים והבלים און פלעין ליגנט. --מענטשעלע 16:22, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דו ביסט שוין נישט באגלייבט ווייל קודם האסטו געשריבן אז דו מיינסט עס איז שטותים און ערשט דערנאך האסטו געזאגט אז עס איז ליגענט, ביטע נעם איינע פון דיינע אנדערע נעמען און לייקן געהעריג וועל איך דיר נישט קענען צוריקהאלטן פון דאס טאן לויט וויקיפעדיע געזעצן. כאטשיג איך האלט אז נארמאלע מענטשן זעהן דא דער אמת אין דעם איז אויף דערווייל ביז איך זיך אפיר די קארט דאקומענטן האסטו ליידער געוואנען.--קרעכמער 16:54, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב געשריבן איך מיין, ווייל גארנישט אויף די וועלט איז זיכער, אבער כאפ דיך נישט אויף א ווארט פון מיר, איך מעק נאכנישט ווייל דו זאגסט אז דו גייסט ברענגן, אבער איך וועל נישט צו לאנג ווארטן.--מענטשעלע 17:02, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אז דו ענטפערסט שוין יא דאס ערשטע מאל נאך הונדערטע פארטייאישע פשטלעך געהעריג מיט רעספעקט, וועל איך דיר פרעגן א נארמאלער קשיא וואס דו קענסט פרובירן צייגן אז דו ביסט נישט גארנישט אויסן צו שעדיגן וויקיפעדיע. דו האסט פריער געשריבן אז דו האסט די קארט דאקומענטן, מיר איז שווער דאס צו טרעפן אויפן מאמענט, ווייל איך דארף זיכן לאנג אין הייד פארק היסטאריע דאס צו רעטריווען אפשר לייגסטו ארויף א לינק צו די דאקומענטן און זאל זיך יעדער איינער איבערצייגן למי החותמת ולמי הפתילים?--קרעכמער 17:11, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

עס זענען דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער קאורט דאקומענטן, איך וועל פרובירן אויפצוזוכן און ארויפלייגן אויף א סייט ווי יו סענד איט א.ד.ג.

אבער, חוץ דעם שמייכל וואס איך האב געהאט ווען איך האב געליינט אז שרייב ענדליך נארמאל, וויל איך דיר זאגן, אז ווען מאכסט אפ א פאקט און איך לייקען עס, דארפסטו ברענגען א ראיה אז איז יא אמת. און נאכאמאל, איך סטראשע נישט, איך שריי נישט, איך וויל בעיקר אז וויקיפידיע זאל זיין א פארלעסליך פלאץ, נישט נאך א היידפארק, ווייל דאס איז שוין דא גענוג. --מענטשעלע 17:27, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

פון דיין לייקענען, קוק אן די שפראך, שטותים לאקשען און נאך, זעהט זיך אן אז נישט דער וויקיפעדיע סטאנדארט, אפשר דאס אויך, אבער וואס איז קלאר איז אז ווען איינער לייקענט סתם אזוי עס איז נישט אמת און אראפ דערמיט, איז ווי געזאגט פריער, א פארגאנגעהייט דיין שפראך דא פארן מעקן זאגט קלאר וואס דו ווילסט. און איך וועל דאס נישט צולאזן. אז דו האסט געוואנען איצט מיינט נאך נישט אז דו ביסט גערעכט אדרבה איך האב איצט געשיקט תיבה אישית צו די ארונישע שרייבער אויף היידפארק זאלן מיר דאס אויפזיכען אין דיין ליגענט וועט זיין גלוי לכול, און דו וועסט ווערן א גוטער דוגמא פון א וואנדאל וואס האט זיך באהאלטן אינטערן שלייער פון ליגענט צו מעקן זאכן וואס אים איז נישט געפאלן דערווייל וואונטש איך דיר הצלחה אינעם מעקן, און דאס וועט טאקע דינען ווי א ריכטיגער קויל אין קאפ פון דיין פארשפארונג פון וויקיפעדיע איינמאל פאר אלעמאל. געדענק! דעמאלטס זאלסטו נישט ענטפערן פאר די מנהלים אז דו האסט דיך טועה געווען. ווייל דער ווארענונג שמועס דא וועט אייביג פארבלייבן.--קרעכמער 17:34, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

סאטמאר רבי ברעכט היסטערי

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סאטמערע רבי האט געבראכען היסטערי זייענדיג די איינציגסטע אלטצהיימער פאציענט וואס האט געדאווענט פארן עמוד ימים נוראים אלט שליח ציבור ביז די ניינציג יאר אויפען נוסח ווי א יונגע בעל תפילה. אין האט הערליך שיין אנגעוואנטשען דעם עולם לפני ביתו נאוה קודש מוצאי ימים טובים אין א יעדן טאג אליין אנגעהויבען דאם היום יום ראשון. שני. שלישי. אא"ו. אן מען זאל עם דארפען טייטלען מיטן פינגער. איך וואלט געראטען מען זאל מאכען א סעפיציעלע ביך פין א ביישרייבונג פין דעם וידערבארן אלטצהיימער פאציענט באנוצער:העולם

איך קען נאך עס איז נישט היסטארי.--קרעכמער 16:11, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ווען איז דער סאטמאר רבי געווארן קראנק אויף אלטסהיימערס?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען איז דער סאטמארער רבי געווארן דיאנאזירט מיט אלצהיימערס? באנוצער:מענטשעלע

דו לייקענסט דאס? עס איז דא רעקארדס פון פארמאסי אז ער האט גענומען מעדעצין קעגן אלטסהיימערס. דו זאגסט אז די רעקארדס זענען פאלטש? קיינער אין סאטמאר לייקענט דאס נישט. אויב יא ביסטו דער ערשטער און מיר ווילן דאס הערן פון דיר קלאר.--Zali 14:08, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
די רעקארדס ווייזען נאר אז ער האט גענומען די מעדיצינען עס ווייזט גארנישט וועגן ווערן דיאגנאזירט מיט די קראנקהייט, די מעדעצינען נעמט מען פאר אנדערע זאכן אויך. --שמאלץ 15:00, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אז איך זעה אז ער האט גענומען מעדעצין אויף עפעס א מחלה וואס איז אנגענומען ביי יעדן קיינער האט נאך דערווייל נישט געלייקענט אז ער האט דאס נישט געהאט פארוואס זאל מען מאכן ספיקות אין דעם? האלסט אז נישט זאג אז סאיז נישט אמת אבער סתם גיין מעקן ווייל דו ווייסט נישט בשעת יעדער איינער האט דאס אנגענומען פאר א פאקט איז אבסורד.--Zali 15:03, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
דערווייל ווייסט די וויקיפעדיע נישט אז ער דיאגנאזירט געווארן מיט אלצהיימערס, וואס איך און דו שטעלן זיך פאר איז גארנישט ווערט פאר די וויקיפעדיע, ברענג א מקור דאן קענסטו דאס שרייבן, אדער אז דו ווילסט קענסטו שרייבן אז עס זענען דא פאפירן וואס ווייזן אז ער האט גענומען די מעדעצינען, ביז עס איז נישט דא קיין מקור אז ער איז געווארן דיאגנאזירט קענסטו דאס נישט שרייבן. --שמאלץ 15:10, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אזא סארט זאך וואס קיין איינער לייקענט נישט און דער שרייבער ווייסט פאר א פאקט קענסטו נישט דיריגירן צו מעקן ביז ער ברענגט א ראי', ווייל אויב יא קענסטו מיך גיין דיריגירן איבער אלעס וואס איך שרייב. איך בין געווען ביי אים און איך האב גערעדט צו אים און געזעהן אז ער פארגעסט פון סעקונדע צו סעקונדע, און אז דו באנוצער:שמאלץ האסט נישט די גאטס צו לייקענען, נאר זיך ארום שפילן מיט מיר און טערארזירן ביסטו א וואנדאל, פארוואס קענסטו נישט זאגן אז דו ביסט מסופק אין דעם אמת? ווייל דו ווייסט זייער גוט אז דאס איז אמת נאר דאס שטערט דורך א געוויסער וועג דיינע פאליטישע אינטערעסן צו דאס צו פארציילן, איך קען דיר נישט העלפן, דו ביסט מיר זייער חשוב און דיין נדבה צו וויקיפעדיע האט נאך קיינער נישט אפילו קיין צענטל אהער געשטעלט אבער דאך קענסטו נישט צעזורירן אמת'ע פאקטן ווייל דאס שמעקט נישט פאר דיין פארטייאישע אינטערעסע. איך בעט דיך לאז אפ.--Zali 15:16, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
וואס הייסט קיינער לייקענט נישט, מענטשעלע לייקענט דאס. דאס אז דו האסט אים דיאגזאנירט מיט אלצהיימערס איז נישט קיין מקור. דער אמת איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון חוץ פון ארונים דערפאר זאג איך וואס איך זאג, גלייב מיר אז ביי מיר פרעזענליך האב איך נישט קיין שום אינטערעסע, משה מיט זיינע ארבעה בנים פארנעמען ביי מיר אלע די זעלבע פלאץ, און עס איז א בושה אז אזוי קוקן מיר היינט אויס. --שמאלץ 17:36, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אפשר ווייסטו מיר אן ווי באנוצער:מענטשעלע האט דאס אפגעלייקענט אז איז נישט אמת סך הכל שטעלט ער אן תמימות'דיגע שאלה. אויב ער לייקענט דאס וועל איך דאס אויסמעקן--Zali 17:39, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אד מען פארגעסט פון איין מינוט צו די צווייטע איז בכלל נישט קיין צייכן אויף אלצהיימערס, עס איז איינע פון די תוצאות, אבער עס קען קומען פון פיל אנדערע סיבות. און אויף א זייטיגע פאוינט, נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון דיר איז א וואנדאל.--מענטשעלע 15:34, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אז מען פארגעסט פון איין סעקונדע אויף דער צווייטער און די גאנצער וועלט זאגט אז מען לייידט אויף אלטסהיימערס איז געוויינליך די פארגעסן יא א סימפטאם פון אלטסהיימערס. און דאס זעלביגע ביי דעם וויליאמסבורג בריק אז מען זעהט אז צוויי שטאנגען האלטן א בריק פון וויליאמסבורג צו מאנהעטן, איז דאס נאך נישט קיין וויליאמסבורג בריזש אבער טאמער די גאנצער וועלט רופט איר אן ווילימסבורג בריק איז מען א וואנדאל אז מען מעקט דאס מיט א תירוץ פון ברענג א ראי' און מען באדערט אפילו נישט צו שרייבן אז סאיז דא מחלוקת אדער ספיקות אינעם ענין.--Zali 15:39, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך קען נאר מעיד זיין אלט עדי ראיה פאריאר תשס"ה בין איך געווען מיט א קוויטעל ביים סאטמערע רבין ז"ל אזוי ווארטענדיג האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב עס איז געווען פינקט צווישען פסח אין שבועות צי מיין שאק האט זיך דער רבי גענומען ציילן ספירה הויעך אויפען קול אין קיינער האט עם נישט געדארפט דערמאנען וועלעכע טאג אין ספירה עס איז. איך מיין ווען איינער האט מיט אלטסהיימער יארן לאנג וואלט נישט גאדאווענט א גאנטץ מוסף אלטץ שליח ציבור פאר טויזענטער אידן. אין אפילו לאמיר זאגען אז מען האט עם געדארפט טייטלען מיטן פינגער אז ער זאל זיך נישט צי מישען אבער דער ניסוך אויפען קול קען מען זיכער נישט טייטלען א יעריגע אלטסהיימער געליטענע אז ער פלעגט פארגעסן איז עס נישט מער נארמאל פאר סיי וואסערע אלטע איד וואס נעמט אסאך מעדעצין. לאמיך פרעגן דעם עולם ווער האט שוין געזעהן אן אלטסהיימער פאציענט דאווענען הויך אויפען קול ערב ראש השנה צווי שעה דעם גאנצען סליחות אין ראש השנה ביידע טעג מוסף.אויפען ניסוח מיט אלע מפרשים באנוצער:העולם

ער האט יא געליטן אדער נישט? פארוואס קענסטו נישט זאגן וואס דו האלטסט אן קיינע פאליטישע דריידל פשעטליך, איך בעט אלע 4 ניקס: באנוצער:שמאלץ, באנוצער:מענטשעלע, באנוצער:קאצקער, באנוצער:העולם, כאטשיג איינער פון ענק זאל קלאר זאגן וואס ער האלט האט ער געהאט אלטסהיימערס צו נישט? פארוואס קענט איר נישט רעדן נארמאל? זאגט ניין מעק איך דאס אויס ווילאנג איר קומט מיט אפענע פארטייאישע פשעטליך, איר באהאלט ניטאמאל אייערע מאטיווען זענט איר נישט ווערט קיין ענטפער. כאטשיג מ'וועט פרעגן יעדן דאקטאר וועט ער אייך זאגן דעם חילוק צווישן תפילה און נארמאל שמועס ביי אלטסהיימערס פאציענט. אבער לאמיר דאס נישט פארוואנדעלען אין א דאקטוירישע דיאגנאזיע בלאט, דאס איז א פשוטע פראגע אויב עס איז ליגענט וועט מען דאס אויסמעקן און זאל איינער דאס זאגן. כאטשיג איך ווייס פארקערט בין איך גרייט דאס אויסצומעקן אבער איינער זאל דאס ארויסשרייבן אפען.--Zali 16:09, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

הויעך געשעצטער ריכטער לעווינטאל ירום הודו נאכדעם ווי ר` אהרן טייטלבוים`ס קינדער אין עטליכע איידימער האבן געפאדערט ל"ע אין א גוי`עשע געריכט פאר א גארדיען ווייל די רבי איז א אלטסהיימער קראנקע פאציענט מיט נאך קלאגעס. אבער דער ריכטער ערווענט אין זיין ראלינג ווי ער מעלדט אז ער שליידערט ארויס אין מיסט קאסטען דעם גאנצען קעיס ווייל ער האט אלט עדי ראיה פערזענליך באזיכט דעם רבין אין אלטצדינג איז שקר עס איז נישט מער ווי א פעמלי פייט אין די פייטערס פין אהרן ט"ב ווילן פארענפערן די רבנות פינעם ינגערן זין וואס איז געשטעלט געווארן דורך זיין טאטען איז לעווינטאל גענוג אן עדות אדער אויך אפגעקויפט?? באנוצער:העולם

זיי שטיל דו שקרן, סך הכל וואס לעווינטאל האט געזאגט איז אז מען רודפט נישט דעם רבין און ער מישט זיך נישט אריין ביי יעדן אלטן אלטסהיימערס פאציענט איבערהויפט וואס דער פאציענט האט קלאר געשריבן אז משה גבאי זאל זיין זיין גארדיען, פארקויפ נישט קיין ליגענט דא ווייל דו געסט דא ארויס אז מען טאר נישט שטיין אין ווארט מיט דיר.--Zali 16:52, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב א ראלינג פין א ריכטער לעווינטאל מעקט דאס שוין אויס " The court notes on October 31, 2005 ...the court observed the rabbi studying and walking the court also ask the rabbi outside the presence of his staff .......the rabbi responded in the affirmative":

דו ביסט נישט ווערט קיין ענטפער ווייל דו ביסט א שקרן פון פריער, אבער אזוי ווי דער טובה פון וויקיפעדיע פארלאנגט מען זאל נאכאמאל אויפדעקן דיין שלייער פון שקרן, פרעג איך דיר ווי שטייט איין ווארט אז ער ליידט נישט פון אלטסהיימערס? סך הכל וואס דער ריכטער שרייבט איז אז ער האט גענטפערט אז ער איז צופרידן פון משה גבאי'ס גבאות און מען באציעט זיך צו אים שיין און ער איז זייער גוטמוטיק און אין גוטע הענט, דער ריכטער האט וועגן דעם פאראורטיילט אז ס'איז נישטא קיין שום געזעץ וואס זאל אים לאזן זיך אריינמישן קיין ווארט נישט צו ער ליידט יא פון אלטסהיימערס צו נישט, דאס איז ניטאמאל געווען דער דיון, די ארונים האבן פשוט פארלאנגט פונעם זשאדזש זאל זיך אריינמישן ווייל משה גבאי איז מועל אין זיין גבאות ער טשעפעט דעם רעבין דורך נישט אים לאזן זעהן די אייניקליך און געטרייע חסידים, אויף דעם האט דער זשדאזש גענטפערט אז טראץ דעם וואס דאס איז אומענטשליך און שלעכט פאר זיינע אייניקלעך און חסידים איז דאס נישט שלעכט צום רעבין, ווייל ממה נפשך אויב איז ער קראנק אויף אלטסהיימערס כאפט ער דאך נישט דעם פיין און ער ליידט נישט און אויב פילט ער שלעכט קען ער דאך אליינס זאגן וואס סבאדערט אים, און ער האט טאקע באשטעטיגט אז ער קען רעדן און ער האט זיך נישט אפגערעדט אויף די גבאות. קיין איין ווארט אויף אלטסהיימערס דו בלאפער.--Zali 17:55, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

'איך איין פראגע באליבטע וויקיפידיע שרײבער ווען ער האט געמאכט ר` אהרן ט"ב פאר רב הצעיר חול המועד פסח תשנ"ט אין צוויי יאר דערויף ווען ער האט געזאגט פאר בערל פריעדמאן`ס זין אז )לויט די ארונים( אז ער האט קיינמאל נישט ארויס געווארפען בערל פריעדמאן פין קהל האט ער דעמאלטץ אויכעט געליטען פין אלטצהיימערס..??????? באנוצער:העולם

איך קען נישט רעדן אין נאמען פון די וויקיפעדיע באהערדע' אבער אין נאמען פון מציאות יא. אלע ארונים זענען מודה אז יא. און מען האט דעמאלטס געמוזט טאן טאקע די שריט צו פארלויפן דעם וועג פאר משה גבאי, צום סוף האט משה גבאי געוואנען דעם פייט, און ר' זלמן לייב איז געווארן אויפגענומען, ווייל משה גבאי איז למעשה געווען דער בעל הבית אויפן ר' משה טייטלבוים און נישט ר' בערל פרידמאן.--Zali 18:36, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אין ווען ער האט מספיד געווען די אלטע רעבעצין ע"ה מוצאי שבת בהעלותך תשס"א צוויי אזייגער2:00 פארטאגס אן א צעטיל. אן קיין גבאים. געזאגט האט ער דעמאלט א הערליכע הספיד שיין ארום געטייטשט וועגן אשת חבר הרי היא כחבר אין געבעטן מען זאל לערנען משניות לעילו נשמתה אזוי זי האט נישט איבער געלאזט קיין קינדער אין וואס פארע שריט האט מען דעמאלט געדארפט טאן צי פארלויפן דעם וועג פאר משה גבאי,??????


א מיינונג פון איינער וואס זאגט אז ער איז א דערויסענדיגער

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך בין נישט קיין סאטמארער, און איך האב נישט קיין פערזענליכע מיינונג צו קיין שום צד.

אויף דעם ענין פון אלזהיימערס האלט איך מען קען עס שרייבן, אבער מיט אן אנמערקונג אז עס איז נישט קלאר באשטימט. די מאסן מידיע האט עס רעפארטעד ביים פטירה מיט א פשטות, קען זיין איבערזאגנדיג פון די ארונים'ס ספאוקספערזאן.

א וויכטיגערער ענין איז בכלל די גאנצע ארטיקל און וויאזוי דאס איז געשריבן. ווערטער ווי "טעראריסטישע אקציעס", "טאטאל משוגע", וכדו' האבן נישט קיין פלאץ אין אן ענציקלאפעדיע. די גאנצע ארטיקל דארף ווערן איבערגעשריבן אן פארטייאישע און היציגע רהעטאריק. איך וועל פרובירן דאס צו טון אויב אנדערע וועלן נישט, אויב מען קען דא קומען צו א שטיקל קאנצענזוס.

דער גאנצער פאראגראף וועגן זיין משפחה מוז געמעקט ווערן. דאס זענען נישט קיין פאסיגע פאקטן פאר אן ענציקלאפעדיע. זיין גאנצער האנט אין די מערכה קעגן ר' אהרן מוז זיין באשריבן נאר מיט פאקטן אנגענומען ביי יעדן. טענות פון איין צד מוז מען פאסיג אנמערקן נאר אלץ טענות, נישט באשטימטע פאקטן.

דער ארטיקל קען זיין דער פרואוו צו זען אויב אונזער היימיש אידיש רעדנדע עולם קען אהערשטעלן אן ענציקלאפעדיע כראוי. --קאצקער 18:03, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דערווייל איז דער איינציגסטער מחלוקת דא אז קיינער האלט נישט אז ער האט נישט געליטן פון אלטסהיימערס, סאיז נאר א פרואוו פון 3 ניקס, באנוצער:שמאלץ באנוצער:מענטשעלע און באנוצער:העולם און איצט דער פערטער ניק באנוצער:קאצקער, וואס אויב וועט מען נאכגיין זייערע באטיילונגען וועט מען קלאר זעהן אז זיי זענען זאלוינים, דעריבער איז פארשטענדליך פארוואס זיי זאלן דאס וועלן מעקן כאטשיג זיי האבן נישט די גאטס דאס צו לייקענען ווייל דאס ווייזט אז דער גאנצער התמנות פון ר' זלמן לייב אלס רב אין וויליאמסבורג איז געווען בגניבה און דורך טעראר.

סא ווען סוועט זיין א שטיקל מחלוקת אין פאקט דארף מען גראד דאס אויסמעקן און איך וועל זיין דער ערשטער דאס צו טאן.

און ביידיוועי: איך בין אויך א דערויסענדיגער.

לגבי דיין טענות אויף זיינע ברודער און מאמע פארשטיי איך נישט פארוואס דאס איז נישט נוגע מיט אזא וועלטס פירער, אויב פרעזידענט בוש'ס מאמע האט געהאט א נערווען בראך איז דאס נישט קיין אינטערגאלער טייל פון בוש'ס ביאגראפיע.?

בנוגע זיין ברודער און זייערע מחלות, זאגט דאס אויך אסאך איבער אים, און עס פארלאנגט זיך דא.

באדאם ליין: איז אייביג אפּרישיעטעט אויסבעסערונג אין שפראך אבער ביטע האלט דיך צוריק פון אראפנעמען פאקטן ווייל דאס וועט אויסגעטיישט ווערן ווי וואנדאליזם--Zali 18:08, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

זיין מאמע'ס נערוון בראך איז אוודאי יא א וויכטיגער פאקט. די מענטאלישע צושטאנד פון זיינע ברודער וואלט אפשר אויך געווען אויב עס איז קלאר אז עס האט געהאט א ווירקונג אויף משה'ן--א זאך וואס איז שווער צו באווייזן. אבער פארוואס איז רעלעוואנט אז זיין ברודער איז א גרוש און דער אנדערער א ברסלב'ער? דאס זענען בכלל נישט קיין אנווייזונגען אויף משוגע'קייט, כאטש וואס אונזער היימישער עולם באציט זיך צו אזעלכע פאקטארן נעגאטיוו.
נאך א גרויסע פראבלעם איז די רהעטאריק וועגן טעראריזם, "א שטייפע האנט", וכדו'. עס פארלאנגט זיך אויף דעם מער אקטועלע געשעענישן. איך בין נישט קיין סאטמארער, און איך בין נישט באקאנט אין משה פרידמאן'ס מעשים. אויב ווייסט מען אבער אקטועלע אקטיוויטעטן וואס אויף וועלכע זיינע קעגנער באשולדיגן אים--און זיי זענען ברייט אנגענומען אדער זיי האבן א מקור נאמן--זאל מען זיי אוודאי יא אריינשטעלן. --קאצקער 18:49, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
לגבי די ברודער אז זיי זענען ברסלב און גע'גט, פארוואס דאס ווערט אנגעקוקט נעגעטיוו איז טאקע א גוטער שאלה און דאס וועט אויך העלפן אויסבעסערן די שפראך אין דעם ארטיקל
לגבי זיין די שטייפע האנט, אויף ווי ווייט איך ווייס, און דאס זאג איך אלס דערויסענדיגער, איז דאס לאוו דווקא א נעגעטיווער באשולדיגונג, ער האט געפירט סאטמאר, און סאטמאר איז נישט קיין דעמאקראטיע, עס איז א חסידות וואס האט הונדערטע טויזענטע פארשידענע מיינונגען און אנדערשט ווי אלע אנדערע חסידות'ער וואס דער רבי איז אזוי ווי גאט, איז אבער אין סאטמאר געווען אזא נארמאלער ערשיינונג אז די חסידים האבן געקענט פייפען אין רבין און אויף דעם האט דער גבאי שוין קער גענומען. אויב ווילסטו דיטעילס קענסטו אנפרעגן ביי אייזיק לעפקאוויטש פארוואס האט ער געהאלט אז משה גבאי איז חייב מיתה און אים איבערגעפארן מיט א קאר.--Zali 19:01, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
פארשטאנען. אבער מען דארף נאך אלץ אקטועלע געשעענישן, נישט קיין אנאליזירונגען. אויב ווייסט איינער וואס זילו לעפקאוויטש'ס טענות זענען, זאל מען דאס אהערברענגען, אדרבה.
נאך איין פונקט: פליז נעם זיך נישט שרייען וואנדאליזם ווילאנג דו זעסט עס נישט. עס איז א פרואוו צו ווארפן א שרעק, און דאס וועט נישט העלפן פאר קיינעם.
איך ארבער יעצט איבער דעם ארטיקל; נישט אויף זיך אנצונעמען אויף קיין שום צד, נאר אויף צו פארהיטן אויף די נייטראלקייט. אויב פילסטו דעמאלס אז עס איז עפעס נישט ריכטיג, לאמיר דעמאלס רעדן. --קאצקער 19:06, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, אויב איינער מעקט א פאקט, איז דאס וואנדאליזם --Zali 19:13, 13 יוני 2006 (UTC).[ענטפֿער]
מאך נישט קיין נייע וואנדאליזם געזעצן. נישט יעדע אמת'ע פאקט קומט אין יעדן ארטיקל.
דערווייל האט מען זיך נישט געקריגט דא אויף פאקטן וואס קענען ווען אויפגעוויזן לויט וויקיפעדיע'ס אפיציעלע אנווייזונגען. --קאצקער 20:03, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אבער אויב דער אמת'ער פאקט קומט אריין אינעם ארטיקל ווי דא, און מען מעקט דאס נאר ווייל עס שמעקט נישט מיט די פארטייאישע אינטערעסן איז מען א וואנדאל און מען דארף ווי שנעלער בלאקירט ווערן לטובת די אמת פון אינפארמאציע.--Zali 21:58, 13 יוני 2006 (UTC) אויב דו קיינער לייקענט נישט אז ער האט געליטן פון אלטסהיימערס דארף איך דיך נישט אויווייזען אז דו מעקסט דאס ווייל דיר שמעקט עס נישט צו ליינען און דאס איז דער ריכטיקער אפטייטש פון א וואנדאל, ער מעקט זאכן וואס ער וויל נישט ליינען.--Zali 22:00, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

כ'האב דא צוריק געצויגן. --שמאלץ 20:55, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איז משה גבאי א יתום געווען?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

{קען איינער עפעס אינפארמאציע איבער זיין פאטער? עס וואלט פאסיג געווען דא.} באנוצער:קאצקער


זיין טאטע לעבט און לאכט.


--אלץ-ווייסער 17:23, 14 מיי 2007 (UTC)== ביטע פארעכטן דער איד און אויסמעקן קינדערישע משפחה פראבלעמן ==


באט דאס איז פון די נארישסטע, און פארטייאישע קינדישע ארטיקל, צ.ב.פ., אז זיינע ברודערס זענען געווארן אפעקטירט, והא ראיה, איינער האט זיך געגעט, און איינער איז געווארן א ברסלבער, איך מיין איז דאס צו דער זאך גערעדט? ווי אויך וועגן דער איד, דער פאקט איז, אז דער איד איז געווען אין דער ערד, טשעקס האבן געקראכט אין די מאסן, און משה האט עס איבערגענומען ווי א געהעריגע ביזנעס, אינוועסטירירט טויזענטערס, און עס אהערגעשטעלט אויף די פיס, קיינער וועט עס נישט ליקענען, חוץ דער "דרויסענדיגער" און "אומפארטייאישער" באנוצער zali. טו וואס דו ווילסט, און נעם דיך קוויטשען וואנדאל--מענטשעלע 14:06, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

להוי ידוע אז זיין ברידער די גרוש האט שוין לאנג חתונה געהאט אין לעבט א טאג באַניצער zali די גייסט שוין ארויס פין די כלים עס זעהט אויס די ביזט מער ברוגז אויף משה גבאי ווי פארענפערען ר` אהרן טייטלבוים`ס עבירות........TAKE IT EASY !!!! באנוצער:העולם

איך האב פאראכטן די שפראך פון דער איד טייל, ווען מיין קאפ וועט אויפהערן ווייטאן וועל איך אי"ה אויך פארעכטן די משפחה בעקגראונד און היסטאריע שפראך סזאל נישט אויסקוקען אזוי קינדעריש.--זאלי 14:27, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אלע נערישע זאכן, פאקטן אן מקורות און אומנויטיגע שטריכן זענען אויסגעמעקט געווארן.--אלץ-ווייסער 17:23, 14 מיי 2007 (UTC)