חיים יהושע האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חיים יושע האלבערשטאם)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

ר' חיים יושע האלבערשטאם איז דער סאטמארער רב פון מאנסי, ער איז אן איידעם פון ר' משה טייטלבוים, אןן א זון פון הרב ר' יעקב יוסף האלבערשטאם דער רב פונעם ביהמ"ד בית חיים יושע אין בארא פארק.

רבי חיים יושע גיט די הענט פאר זיין שוואגער דער סאטמארער רבי ביי א שמחה

זיין שפראך איז שטארק גאליציאנער ווייל ער שטאמט פון באבאוו, ער איז אן אייניקל פונעם צווייטן באבאווער רבי דעם קדושת ציון זצ"ל הי"ד.

ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין מאנסי חשון תשנ"ו און ער האט דעמאלטס איבערגענומען א שוואכע קהילה אבער אין די לעצטע צען יאר האט ער באוויזן דאס אויפצוארבעטן מיט א שיינער גרויסער קהילה און א ישיבה און אויפגעבויט א שיינעם גרויסן ביהמ"ד אינמיטן דער שטאט מאנסי. ווי אויך א נעץ פון גרויסע בנינים פאר די מוסדות ת"ת מיט א הערליכע חתונה זאל און איבערגעבויעט די אלטע בית המדרש פאר א ישיבה פעסטונג און נאך בנינים וואס בויעט זיך לאור די גרויסע פארלאנג וואס וואקסט יעדעס יאר

נאך דער פטירה פון זיין שווער דער ברך משה כ"ו ניסן תשס"ו איז ער געווארן אויפגענומען כאילו דער אדמו"ר פון דער סאטמארער קהלה אין מאנסי, וואו ער פירט טיש און נעמט קוויטלעך, זיך נישט אונטערווארפענדיג אפציעל צו קיין איינעם פון די צוויי טייטלבוים ברידער.

עס איז נישט קלאר צו ער נעמט א שטעלונג לגבי וויליאמסבורג ער זאגט בלויז אז אין מאנסי איז ער דער עמטליכער בעה"ב אויף זיינע בנינים מיט די מוסדות, און ער פירט טיש און נעמט קוויטלעך, ווייל זיין שווער דער ברך משה האט אים געזאגט אז ער געבט אים מאנסי אלס אויסשליסלעכער בעה"ב.

די ארונים, האבן זיך געעפנט אן אייגענע שול און כולל אין מאנסי, אונטער דער פירערשאפט פון רבי אהרן טייטלבוים. זיי רופן זייער קהילה "ייטב לב" ווייל די אפיציעלע קהילה אין מאנסי הייסט ויואל משה.

די זאליס האבן נישט געעפנט אייגנס אין מאנסי, ווייל די זאליס זענען צופרידן אזוי אויך, ביי די שבעה האבן די ראשי קהלה מכתיר געווען ר' זלמן לייב און ער האט איבערגעגעבן די אויסשליסלעכע בעלות פאר זיין חשובער שוואגער, דערנאך האבן זיי אפיציעל אויפגענומען ביי אן אסיפה אין מיטן דער שבעה ר' חיים יהושע אלס זייער רב,

די זאליס האבן א אייגענע בית המדרש וואס איז אונטער די בעלות פון קהל ווי הרב ישעי' טירנויער איז דער דיין ורב אבער מיט די פילע הסכמה סיי פון דער רבי ר' זלמן לייב און דער רב ר' חיים יהושע שליט"א ס'זייער שיין צו זעהן ווי די צוויי שוואגער פארטראגען זיך מיט קעגינזייטיגע הערצה ואהבה,

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים יושע האט צוויי טעכטער.

  • סימא פראדל ווייב פון הרב נפתלי צבי מייזליש א ווייצענער סיגעיטר אייניקל, זון פון ר' פנחס מרדכי.
  • ברכה ווייב הרב שלום יחזקאל שרגא רובין א ציעשנאווער אייניקל, זון פון ר' יצחק טוביה.