גוגל ווידעא

פֿון װיקיפּעדיע
גוגל ווידעא לאגא.

גוגל ווידעא (ענגליש: Google Video) איז געווען א זוכמאשין ארויסגעגעבן דורך גוגל צו שפילן ווידעא קליפס פונעם אינטערנעץ.

עס איז אַ מאַסן פאַרזאמלונג פון טויזנטער ווידעאס צושפרייט איבערן גאַנצן וועב אבער עס שיקט אייך נישט צום מקור נאר עס לייגט די לינק פון ווי עס איז.

ארויפצולאדירן ווידעא און איר האט נישט קיין וועבזייטל איז זייער קאמפליצירט און דארף דארכגיין דעם צענזור פון גוגל איר קענט זיך באניצן מיט דעם קאנקורענט יוטוב וואס איז פיל שנעלער און גרינגער אבער נישט אזוי פראמיניט.

עס האט אויך עקסטער זוך ווי למשל טייפט אריין זאלי אדער ארוני און זעט וואס עס גיט אייך אלס.

עס איז אויך דא זייער אסאך חסידישע קליפס דאס אלעס קומט פון איין איד זשאסעף קאלקאווסקי. וואס זייענדיג א חסידישער בעל תשובה גלייבט ער אז רעביס עבודת ה' וועט מאכן בעלי תשובה די אלע פרייע אידן וואס קוקן גוגל ווידעא, ער לייגט דאס אויף זיין וועבזייטל און גוגל ווייזט דאס אייך אין א באזונדערע בלאט נישט אהין טראגענדיג דעם אינטערנעט טראפיק.

עס שטעלט אויך צו אר עס עס פיעד אז אויב ווילט אריינבאקומען אלע ווידעאס פון סאטמאר סיינט איר זיך אויף פאר די ווארט.

אין יאר 2006 האט גוגל אפגעקויפט דעם קאנקורענץ יוטוב און פון דעמאלסט אן האט גוגל ווידעא אויפגעהערט ארויפנעמען נייע ווידעאס. אין 2012 האט די באדינונג פון גוגל ווידעא אינגאנצן אויפגעהערט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]