קאמפיוטער נעצווערק

פֿון װיקיפּעדיע

א קאמפיוטער־נעצווערק איז א זאמלונג פון הארטווארג קאמפאנענטן און קאמפיוטערס צוזאמענגעבונדן דורך קאמוניקאציע קאנאלן, וואס דערמעגלעכט טיילן פון רעסורסן און אינפארמאציע.[1] דאס הייסט אז צוויי אדער מער קאמפיוטערס צוזאמענגעבונדן דורך א קאמוניקאציע מיטל צו שיקן אינפארמאציע איז א נעצווערק.

נעצווערקן ווערן קלאסיציפירט אדער לויטן מיטל וואס פירט די דאטן, אדער דער קאמוניקאציע פראטאקאל, אדער די טאפאלאגיע.

א קאמוניקאציע פראטאקאל טוט דעפינירן די געזעצן און דאטן פארמאטן פאר אויסבייטן אינפארמאציע אין א קאמפיוטער נעצווערק. צווישן די באוואוסטע פראטאקאלן איז עטערנעט, וואס איז ברייט געניצט אין לאקאלע נעצווערק.

קאמפיוטער נעצווערקן האט א שטארק שייכות מיט עלעקטרישער אינזשעניריע, טעלעקאמוניקאציע, קאמפיוטער וויסנשאפט און אינפארמאציע טעכנאלאגיע.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. קאמפיוטער נעצווערק דעפיניציע. דערגרייכט דעם 2011-11-12. (אויף ענגליש)