יוסף יצחק זאב קאלקאווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
איציק אלס בחור מיט זיין רבין ר' משה וויינבערגער

ר' יוסף יצחק זאב קאלקאווסקי איז רב הצעיר פון בית מדרש ד'ווייט לייק אין ניו יארק, אונטער דער נשיאות פון הרה"ג רבי שמואל יוסף פישביין היינט צוטאגס.

ער איז געווען רב אין קהילת קול אמת - א יאנג איזראעל שול - א פאר יאר. ער איז אויך געווען רבי פון מוסדות נחלי אמונה ד'ריטשמאנד אין ווירזשיניע.

אויך באקאנט אלס איציק קאלקאווסקי, ער איז געבוירן צו זיין אידישער מאמע אין לאנג איילאנד, און אלס קינד זיינע עלטערן האבן געצויגן אין א קליין דערפל קאליקון, א האלבע שעה אוועק פון מאנטיסעלא אפסטעיט ניו יארק. זיין טאטע איז א באקאנטער פאליציימאן אין דער געגנט וואס אלע אידישע קאנטרי'ס און קעמפ'ס קענען זייער גוט.

אין ווירשזיניע חול המועד פסח נאכן זאגן א דרשה פאר פרייע אידן

זיין זיידע איז געווען א מאדערנער ארטאדאקסישער איד, געבוירן אין אמעריקא צו אונגארישע אידן פון דער שטאט סאטמאר, און ער האט אים זייער שטארק מקרב געווען. דער קליינער זשאסעף'ל וויאזוי מען האט אים דענמאלטס גערופן איז נתקרב געווארן צו אידישקייט זיך צוזעהנדיג די באשיידן און פיל מיט פרייד און געפיל לעבנסשטייגער פון די ארטיגע חסידים וואס וויילן דארטן אין די זומער טעג.

ער האט אנגעהויבן צו זיכן און נישטערן ביז איינער האט אים געשיקט לערנען אין עזרא אקאדעמיע א קירוב שולע אין קווינס, דארטן איז ער נשפע געווארן פון זיין רבי און מורה דרך ר' משה וויינבערגער אליין א געווארענער חסיד נאכדעם וואס ער איז צוריק צו זיין אפשטאם אלס בעלזער חסידים פארן צווייטן וועלט קריג.

ר' משה וויינבערגער פירט זיך ווי א רבי נאכן פיאצעסענער רב.