משה וויינבערגער
געבורט |
יוני 1957 (אלט 67) קווינס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | רב |
ר' משה וויינבערגער איז דער רב אין קהילת אש קודש אין וואודמיר.
אין די איגענט איז ער געווען א מאדערן ארטאדאקס און זיך געלערנט אין וויי יו צו ווערן א לויער. ווען ער האט גענדיגט האט ער זיך מיישב געווען אז א לויער איז זייער נישט קיין ערליכע פאך האט ער דאס איבערגעלאזט אין אנגעהויבן צו לערנען תורה.
ער איז א זעלבסט געווארענער חסיד נאכדעם וואס ער איז צוריק צו זיין אפשטאם אלס בעלזא חסידים פאר די צווייטער וועלט קריג.
ר' משה וויינבערגער גייט א שטריימל און פירט זיך ווי א רבי מיט א קאלירט בעקיטשע פירענדיג טיש פאר זיין עולם אין אש קודש אויפן פלאם פייערדיגן דרך אין עבודת ה' ווי דער הייליגער פיאצעסענא רב וואס איז אומגעקומען על קידוש ה' אין ווארשא געטא.
זיינע שיעורים אויף ענגליש איז א ציאונגס קראפט דורכאויס דער גאנצער חרדישער וועלט. ער לערנט פאר פערל ווערטער און דברי חיזוק פון הרב קוק ביז תניא און פון סאטמאר רב ביז ר' יוסף גרינוואלד אלס פון אינעווייניג, נישט חלילה צו פארדרייען זייערע ווערטער. זיינע טעיפס קומען אן אין אלע עקן פון די גארער וועלט.
אויך האט ער שוין געמאכט אסאך בעלי תשובות פון איבעראל וואס מבקשים קומן צו אים צו פארן. זייענדיג א מאדערן געבוירענער און אויפגעוואקסענער פארשטייט ער פונקטליך צום המון עם, ער האט אנגעהויבן זיין ארבייט פון הרבצת התורה אין עזרא עקעדמי א רוסישע קירוב סקול אין קווינס. אבער זיין נאמען אלס ווארים און פייערדיג הארץ האט געשלאגן ווארצלן איבעראל און ווען אפאר עשירים האבן געבויט אן עקסקלויסווער קהילה אין וואודמיר האבן זיי אים פארבעטן צו ווערן רב ער איז פארבליבן וואונען אין פאר ראקוועי פאר די חינוך פון זיינע קינדער ביז עס איז אים געלונגען צו פארפרומען דעם גאנצן געגענט, ער האט געבויט א מענער מקוה און אין זיין שול טאר מען נישט רעדן ביים דאווענען, און א געוויינליכער דאווענען נעמעט ווי כל נדרי מען שרייט און מען בעט. הקיצור ער האט אוועק געשטעלט א געמיינדע פון מאדערענע ארטאדאקסישע דאקטוירים און לויערס און זיי אלע אנגעטאן גארטלן בארד און פיאות מיטן חסידישן פלאקער.
זיין קהילה איז דער רייכסטער שול אין די פייוו טאונס אין פילע רבנים און משולחים מיט רעביס קומען דארטן האלטן דרשות און פירן טישן, ווייל ר' משה וויינבערגער האלט אז בלויז דער דרך החסידות קען אנהאלטן די אידישקייט אין דעם דור.
ער פארט אוועק זומער אלס רב אין ווייט האוס עסטייטס קאנטרי אין לאך שעלדרייק, אפסטייט ניו יארק אויף א באהאלטן פלאץ וואס קיינער קען נישט צוקומען צו אים, און זיין צעלפאן איז פארלאשאן.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זיינע טעיפס הערט א סעמפל
- גוגל ווידעא פון ישיבת דרך המלך: די שטערענעס: ר' מאטל זילבער, (סטיטשינער) ר' משה וויינבערגער, (וואודמיר), און ר' צבי מאיר זילבערבערג [1] (ארכיווירט 10.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
[