מאדערן ארטאדאקס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מאדערנע ארטאדאקסיע איז דער מער מאדערענער טייל פון די ארטאדאקסן. די אידילאגע איז געבויעט אויף תורה ומדע, וואס נעמט צוזאם שמירות תורה ומצות מיט סעקולארע אידאלן.

זיי ווערן דערקענט דורך דעם קליינעם קאפל אנעם שווארצן היט און שווארצן רעקל וואס טון אנקליידן דעם חרדישען איד.

אין ארץ ישראל האבן די "מזרחי" אן ענליכער אידעלאגיע.

תורה עם דרך ארץ[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז זייער מאטיוויציע און הויפט דעפעניציע, זיי האלטן פון גיין אין קאלעדזש און זיך לערנען א פראפעסיע פון דאקטעריי אדער אדוואקאט. דאס איז באזירט אויף ר' שמשון רפאל הירש.

געגנטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין אמעריקע זענען די מאדערנע ארטאדאקסיע א רוב פון פרומע יידן אין אלע אנדערע שטאטן אחוץ ניו יארק ווייל זיי האבן ניט געדאנק יודקא אויף אלע אינפארמאציע. אין מאנהעטן וואוינען זיי אין די אפער וועסט סייד, און אפער איסטסייד, און טינעק, ניו זשערסי, און פלעטבוש און קווינס.

רבנים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק, אן אייניקל פון רבי חיים בריסקער, ווערט פארעכנט אלץ איינער פון די חשוב'סטע דענקער און שרייבער אויף דער אידעאלאגיע פון תורה ומדע, און איז געווען פון די גרעסטע פוסקים און הלכה'שע וועגווייזער פאר מאדערן-ארטאדאקסישן אידנטום. רוב היינטיגע רבנים פון די מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן, איבערהויפט אין אמעריקע, פארופן זיך אלס תלמידים פון הרב סאלאווייטשיק.

אנדערע חשובע רבנים פאר די מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן:

הרב אהרן ליכטנשטיין, ר"ם בישיבת רבינו יצחק אלחנן (ריאט"ס)
הרב הערשל שעכטער, ר"ם בישיבת רבינו יצחק אלחנן (ריאט"ס)
הרב שלמה ריסקין, רב פון אפרת אין ארץ ישראל
הרב דר. משה דוד טענדלער, ר"ם בישיבת ריאט"ס און רב פון קהלה אין מאנסי. איידעם פון ר' משה פיינשטיין.
הרב שאול בערמאן, אנפירער פון עדה ארגאניזאציע
הרב דר. נחום לאם, לאנג-יעריגער ראש ישיבה פון ריאט"ס און פרעזידענט פון ישיבה אוניווערסיטעט
הרב יוסף טעלושקין, פאפולערער רעדנער און שרייבער פאר'ן אלגעמיינעם אמעריקאנער וועלט
הרב מיכאל מלכיור, אנפירער פון מימד פארטיי אין אר"י, לינק-רעליגיעז
הרב אבי ווייס, אנפירער פון ישיבת חובבי תורה און דער דרישה אינסטיטוט.
הרב יונתן זאַקס, הויפט רב פון ענגלאנד
הרב עמנועל ראקמאן, קאנצעלאר פון בר אילן אוניווערסיטעט און פריערדיגע הויפט פון ראביניקעל קאונסעל אוו אמעריקע, דער שירעם ארגאניזאציע פאר מאדערן ארטאדאקסישע רבנים.

מוסדות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ישיבה אוניווערסיטעט איז זייער גרעסטע ישיבה.

ישיבת חובבי תורה איז א גאר מאדערנער ישיבה.

זעה אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ארטאדאקסן