לדלג לתוכן

ניו זשערסי

פֿון װיקיפּעדיע
ניו דזשערסי
פאן פון ניו דזשערסי

סיעל פון ניו דזשערסי

אריגינעלער נאמען New Jersey
אפיציעלער נאמען State of New Jersey
צונאמען Garden State
קאנטינענט צפון אמעריקע
ראיאן צפון מזרח פאראייניגטע שטאטן
לאנד פאראייניגטע שטאטן
הויפטשטאט טרענטאן
גרעסטע שטאט ניוארק
גרעסטע מעטראפאליטאנער געגנט ניו יארק מעטראפאליטאנער געגנט
שטח 22,608 ק״מ²
פלאץ צווישן די שטאטן 47סטער לויט שטח
באפעלקערונג 9,548,215 (2025 שאצונג)
העכסטער פונקט היי פוינט

550 מעטער

נידעריגסטער פונקט אטלאנטישער אקעאן

0 מעטער

הויפט טייכן הדסאן טייך

דעלעווער טייך פאסאיק טייך

בארטן אטלאנטישער אקעאן
צייט זאנע מזרח צייט
אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן 18טן דעצעמבער 1787
סדר 3טער שטאט
קאונטיס 21
פאסט קאד NJ
ISO קאד US-NJ
וועבזייטל nj.gov

ניו דזשערסי (ענגליש: New Jersey) איז א שטאט אין דעם צפון מזרח פאראייניגטע שטאטן. זי גרעניצט זיך מיט ניו יארק אין צפון און צפון מזרח, פענסילוועניע אין מערב אריבער דעם דעלעווער טייך, און דעלעווער אין דרום מערב איבער'ן דעלעווער ביי. אין מזרח האט זי א לאנגע בארטן אויפ'ן אטלאנטישער אקעאן.

די הויפטשטאט איז טרענטאן, און די גרעסטע שטאט איז נוארק. אנדערע גרויסע שטעט זענען דזשערזי סיטי, פאטערסאן, עליזאבעט און עדיסאן.

דער שטח פון היינטיגן ניו דזשערסי איז שוין באוואוינט געווארן דורך אינדיאנער פעלקער טויזנטער יארן. דער הויפט אינדיאנער פאלק אין דעם געגנט איז געווען דער לענאפע פאלק.[1]

אין דעם 17טן יארהונדערט זענען די האלענדישע געווען צווישן די ערשטע אייראפעאער וועלכע האבן אויפגעשטעלט קאלאָניעס אין טיילן פונעם געגנט. אין 1609 האט הענרי האדסאן אויסגעפארשט טיילן פונעם ראיאן.

אין 1664 האבן די בריטן איבערגענומען ניו דזשערסי פון די האלענדישע. שפעטער איז די קאלאָניע געווען צעטיילט אין מזרח און מערב ניו דזשערסי, ביז די צוויי טיילן זענען ווידער פאראייניגט געווארן אונטער בריטישער הערשאפט.[2]

קעניג טשארלס דער צווייטער האט געגעבן פאר זיין ברודער, דער הערצאג פון יארק (שפעטער געווארן דער קעניג דזשיימס דער צווייטער) דעם געגנט צווישן ניי ענגלאנד און מערילאנד פאר א פערזענלעכער קאלאניע. דזשיימס האט אוועקגעגבן דעם טייל לאנד צווישן דעם האדסאן טייך און דעם דעלאווער טייך (וואס איז שפעטער געווארן ניו דזשערסי) צו צוויי פריינט וואס זענען געבליבן געטריי ביי דער ענגלישער ציווילער מלחמה: סיר דזשארדזש קארטערעט און לארד בארקלי פון סטראטאן. דעם שטח האט מען גערופן דעם פראווינץ פון ניו דזשערסי.

פון די האט דער שטאַט געהאט אן עטנישע און רעליגיעזע פארשידנקייט. אום 18טן מערץ 1673 האט בארקלי פארקויפט זיין העלפט פון דער קאלאניע צו קוואקערס אין ענגלאנד, וואס האבן באזעצט דעם דעלאווער טאל ווי א קוואקער קאלאניע.

ניו דזשערסי האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין דער אמעריקאנער רעוואלוציע. צוליב איר לאקאציע צווישן ניו יארק סיטי און פילאדעלפיע זענען פילע וויכטיגע מיליטערישע געשעענישן פארגעקומען אין דער שטאט.

אום 18טן דעצעמבער 1787 איז ניו דזשערסי געווארן דער 3טער שטאט וואס האט באשטעטיגט די פאראייניגטע שטאטן קאנסטיטוציע.[3]

אין דעם 19טן און 20סטן יארהונדערט האט ניו דזשערסי זיך שטארק אינדוסטריאליזירט. איר נאנטקייט צו ניו יארק סיטי און פילאדעלפיע האט געהאלפן אנטוויקלען גרויסע שטעט, פארטס, באן ליניעס און פאבריקן.

ניו דזשערסי איז איינע פון די קלענערע שטאטן לויט שטח, אבער איינע פון די מערסט געדיכט באפעלקערטע.

דער צפון מערב טייל איז מער בערגיג און איז פארבונדן מיט די אפאלאטשן בערג. דער העכסטער פונקט איז היי פוינט.

דער צענטראלער און דרום טייל זענען מער פלאך. דער דרום מזרח טייל, באקאנט אלס די דזשערסי שאר, האט א לאנגע בארטן אויפ'ן אטלאנטישער אקעאן.

דער דעלעווער טייך פארמאגט א גרויסן טייל פון דער מערב גרענעץ. דער האדסאן טייך געפינט זיך ביי דער צפון מזרח זייט, קעגן ניו יארק סיטי.

ניו דזשערסי האט בערך 126 מייל בארטן אויפ'ן אקעאן און איבער 400 אזערעס, פאנטן און רעזערווארן.[4]

לויט דעם 2020 צענזוס האט ניו דזשערסי געהאט 9,288,994 איינוואוינער. די 2025 שאצונג פונעם Census Bureau איז געווען 9,548,215 מענטשן.[5]

ניוארק איז די גרעסטע שטאט. א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין מעטראפאליטאנער געגנטן וועלכע זענען פארבונדן מיט ניו יארק סיטי אדער פילאדעלפיע.

עס וואוינען דארט טויזנטער ארטאדאקסישע אידן, ספעציעל אין די באקאנטע שטעט ווי

ביז יאנואר 2018 איז געווען דער גובערנאטאר פון ניו זשערסי קריס קריסטי. היינט איז פיל מערפי דער גובערנאטאר.

פֿאָן פון ניו זשערסי

רעפערענצן

  1. A Short History of New Jersey. State of New Jersey.
  2. Timeline of New Jersey History. State of New Jersey.
  3. New Jersey State Geographic Guide. U.S. Census Bureau.
  4. New Jersey Fast Facts. State of New Jersey.
  5. U.S. Census Bureau QuickFacts: New Jersey. U.S. Census Bureau.


די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד