לדלג לתוכן

מינעסאטע

פֿון װיקיפּעדיע
מינעסאטע
פאן פון מינעסאטע

סיעל פון מינעסאטע

אריגינעלער נאמען Minnesota
צונאמען Land of 10,000 Lakes
ראיאן מיטל מערב
לאנד פאראייניגטע שטאטן
הויפטשטאט סעינט פאל
גרעסטע שטאט מיניאפאליס
שטח 225,163 ק״מ²
באפעלקערונג בערך 5.8 מיליאן
העכסטער פונקט איגל מאונט

701 מעטער

גרעסטע אזערע סופעריאר אזערע
אריינגענומען 11טן מאי 1858
סדר 32סטער שטאט
קאונטיס 87
פאסט קאד MN
ISO קאד US-MN
וועבזייטל mn.gov

מינעסאטע (ענגליש: Minnesota) איז א שטאט אין דעם מיטל מערב פון די פאראייניקטע שטאטן. זי איז באקאנט אלס דאס לאנד פון צען טויזנט אזערעס, און האט אין ווירקלעכקייט איבער 10,000 אזערעס.

די הויפטשטאט איז סעינט פאל, און די גרעסטע שטאט איז מיניאפאליס. די צוויי שטעט ווערן צוזאמען גערופן די צווילינג שטעט.

דער שטח איז אמאל באוואוינט געווארן דורך פארשידענע אינדיאנער פעלקער. פראנצויזישע פארשער און האנדלער זענען אנגעקומען אין דעם 17טן יארהונדערט.

מינעסאטע איז געווארן א טעריטאריע אין 1849 און אום 11טן מאי 1858 איז זי געווארן דער 32סטער שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן.

מינעסאטע האט א פארשידנארטיגע עקאנאמיע מיט וויכטיגע געביטן ווי פראדוקציע, געזונטהייט, מעדיצינישע טעכנאלאגיע, לאנדווירטשאפט, פינאנצן און האנדל.

די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 5,706,494

מינעסאטע איז דער 12טער גרעסטער שטאט לויט שטח און 21סטער מערסט באפעלקערטער שטאט.

א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין דער מעטראפאליטאנער געגנט פון מיניאפאליס און סעינט פאל. אנדערע וויכטיגע שטעט זענען ראטשעסטער און דולוט.[1]

שטאַט סימבאלן פון מינעסאטע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן

  1. ↑ Minnesota QuickFacts. U.S. Census Bureau.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד