אלאבאמא
אַלאַבאַמאַ איז פלאצירט דרום פון די פאראייניגטע שטאטן און איז די 22טע שטאט פון די 50 שטעט, איר הויפטשטאט איז מאנטגאמערי.
די באפעלקערונג לויטן 2020 צענזוס איז 5,024,279
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויטן פאראייניגטע שטאטן ביורא פון עקאנאמישן אנאליז, דער ברוטא שטאַט פראדוקט פון אלאבאמא אין 2008 איז געווען $170 ביליאן, דאס הייסט, $29,411 א מענטש.
אלאבאמא'ס לאנדווירטשאפט פראדוקטן זענען עופות, אייער, רינדער, פיסטאשקעס, באוול, קוקורוזע, סארגע), גרינסן, מילך, סויע און פערשקעס.
אינדוסטריעלע פראדוקציע שליסט איין אייזן און שטאל פראדוקטן (למשל, גאסאייזן און שטאל רערן); פאפיר, געהילץ, און הילצענע זאכן ; מינעריי (בעיקר קויל); פלאסטיק זאכן; אויטאס און לאסטאויטאס; און קליידונג.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]באן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אמטראק האט א טעגלעכע באן, דער קרעסנט, וואס פארט פון ניו יארק קיין ניו ארלינס, מיט סטאנציעס אין עניסטן, בירמינגהאם און טאסקאלוסע.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|
אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |