מאסאטשוסעטס
| אריגינעלער נאמען | Massachusetts |
|---|---|
| אפיציעלער נאמען | Commonwealth of Massachusetts |
| צונאמען | Bay State |
| קאנטינענט | צפון אמעריקע |
| ראיאן | ניו ענגלאנד |
| לאנד | פאראייניגטע שטאטן |
| הויפטשטאט | באסטאן |
| גרעסטע שטאט | באסטאן |
| גרעסטע מעטראפאליטאנער געגנט | גרויסער באסטאן |
| שטח | 27,336 ק״מ² |
| יבשה שטח | 20,202 ק״מ² |
| וואסער שטח | 7,032 ק״מ² |
| פלאץ צווישן די שטאטן | 44סטער לויט שטח |
| באפעלקערונג | 7,154,084 (2025 שאצונג)[1] |
| פלאץ צווישן די שטאטן | 16טער לויט באפעלקערונג |
| באפעלקערונג געדיכטקייט | בערך 354 מענטשן פער ק״מ² |
| העכסטער פונקט | מאונט גריילאק
1,064 מעטער |
| נידעריגסטער פונקט | אטלאנטישער אקעאן
0 מעטער |
| הויפט טייכן | קאנעטיקעט טייך |
| גרעסטע אזערע | קוואבין רעזערוואר |
| צייט זאנע | מזרח צייט |
| אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן | 6טן פעברואר 1788 |
| סדר | 6טער שטאט |
| קאונטיס | 14 |
| פאסט קאד | MA |
| ISO קאד | US-MA |
| שטאט בוים | אמעריקאנער עלם |
| שטאט בלום | מייפלאוער |
| שטאט פויגל | שווארצקעפיגער טשיקאדי |
| שטאט פיש | קוד |
| שטאט חיה | רעכטער ווייל |
| שטאט פאסיל | דיינאזאר פוסטריט |
| שטאט שטיין | ראדאנייט |
| שטאט ליד | All Hail to Massachusetts |
| שטאט מאטא | Ense petit placidam sub libertate quietem |
| וועבזייטל | mass.gov |
מאסאטשוסעטס אפיציעל די קאָמאָנוועלט פון מאַסאַטשוסעטס (ענגליש: Commonwealth of Massachusetts) איז א שטאט אין דעם ניו ענגלאנד ראיאן פון די צפון מזרח פאראייניגטע שטאטן. זי גרעניצט זיך מיט ניו העמפשיר און ווערמאנט אין צפון, ניו יארק אין מערב, קאנעטיקעט און ראוד איילענד אין דרום, און דעם אטלאנטישער אקעאן אין מזרח.
די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון מאסאטשוסעטס איז באסטאן. אנדערע פון די גרעסטע שטעט זענען וואוסטער, ספרינגפילד, קעמברידזש, לאוועל, בראקסטאן, קווינסי און ניו בעדפארד.[2]
מאסאטשוסעטס איז איינע פון די ארגינעלע דרייצן קאלאָניעס. זי ווערט אפיציעל גערופן דער קאמאנוועלט פון מאסאטשוסעטס, א נאמען וואס שטאמט פון איר קאנסטיטוציע פון 1780. אום 6טן פעברואר 1788 איז זי געווארן דער 6טער שטאט וואס האט באשטעטיגט די קאנסטיטוציע .[3][4]
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער שטח פון היינטיגן מאסאטשוסעטס איז אמאל באוואוינט געווארן דורך פארשידענע אינדיאנער פעלקער, אריינגערעכנט די מאסאטשוסעט, וואמפאנאג, ניפמאק, פענאקוק און אנדערע פעלקער. דער נאמען מאסאטשוסעטס שטאמט פונעם מאסאטשוסעט פאלק. אין די יארן 1616 און 1617 האבן קראנקהייטן, וועלכע זענען געברענגט געווארן דורך אייראפעאער, שווער געשעדיגט די אינדיאנער באפעלקערונג אין דעם געגנט.[5]
אין 1620 זענען די פילגרים פאטערס אנגעקומען קיין צפון אמעריקע אויפ'ן שיף מעיפלאווער. זיי זענען אנגעקומען צום היינטיגן פראווינסטאון און האבן שפעטער געגרינדעט די פלימאט קאלאָניע. פאר זייער אייגענער רעגירונג האבן זיי אונטערגעשריבן דעם מעיפלאווער קאמפאקט, וועלכער האט געדינט אלס אן אפמאך איבער דער פירונג פון דער קאלאָניע.[6]
אין 1630 איז געגרינדעט געווארן די מאסאטשוסעטס בעי קאלאָניע. דזשאן ווינטראפ איז אנגעקומען מיט די קאלאָניסטן און האט געהאלפן אויפשטעלן די ענגלישע קאלאָניע, וועלכע האט זיך שנעל פארשפרייט אין ניו ענגלאנד. באסטאן איז געווארן דער הויפט צענטער פון דער קאלאָניע.[7]
מאסאטשוסעטס האט געשפילט א הויפט ראלע אין די געשעענישן וואס האבן געפירט צו דער אמעריקאנער רעוואלוציע. אין באסטאן זענען פארגעקומען פראטעסטן קעגן דער בריטישער הערשאפט, אריינגערעכנט די באסטאן טי פארטיי אין 1773. אום 19טן אפריל 1775 זענען פארגעקומען די שלאכטן פון לעקסינגטאן און קאנקארד, וועלכע האבן אנגעהויבן דעם באוואפנטן קאמף צווישן די אמעריקאנער קאלאָניסטן און גרויסבריטאניע.
אין 1780 האט מאסאטשוסעטס אנגענומען איר קאנסטיטוציע, וועלכע איז פארבונדן מיט דזשאן עדעמס. די קאנסטיטוציע האט אויך געגעבן דעם אפיציעלן נאמען קאמאנוועלט פון מאסאטשוסעטס.[8]
אין דעם 19טן יארהונדערט איז מאסאטשוסעטס געווארן איינע פון די וויכטיגסטע צענטערס פון דער אמעריקאנער אינדוסטריעלער אנטוויקלונג. שטעט ווי לאוועל, פאל ריווער און לארענס זענען געווארן גרויסע צענטערס פון דער טעקסטיל אינדוסטריע. די פאבריקן האבן געצויגן פילע ארבעטער, אריינגערעכנט אימיגראנטן פון אירלאנד און אנדערע לענדער.
מאסאטשוסעטס האט אויך געשפילט א וויכטיגע ראלע אין דער אבאלישאניסטישע באוועגונג קעגן קנעכטשאפט. אין דעם 19טן יארהונדערט זענען פאראן געווען אין דער שטאט פילע באוועגונגען און פערזאנען וועלכע האבן געקעמפט פארן אפשאפן קנעכטשאפט.
אין דעם 20סטן יארהונדערט זענען טייל פון די אלטע טעקסטיל און פראדוקציע אינדוסטריעס פארקלענערט געווארן. גלייכצייטיג זענען אוניווערסיטעטן, שפיטעלער און פארשונגס אינסטיטוציעס געווארן אלץ וויכטיגער פאר דער עקאנאמיע. דאס האט געהאלפן מאכן דעם באסטאן געגנט צו א גרויסן צענטער פאר טעכנאלאגיע, געזונטהייט און וויסנשאפטליכע פארשונג.
מאסאטשוסעסט איז באקאנט אין די לעצטע יארן אין גאנץ אמעריקע צוליב דעם וואס זיין סענעטאר, זשאן קערי, איז געלאפן פאר פרעזידענט קעגן פרעזידענט דזשארזש וואלקער בוש אין יאר 2004, און האט פארלוירן די וואלן.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאסאטשוסעטס געפינט זיך אין דעם ניו ענגלאנד ראיאן און האט א לאנגע בארטן אויפ'ן אטלאנטישער אקעאן. דער מערב טייל פון דער שטאט איז מער בערגיג, בשעת דער מזרח טייל איז מער געדיכט באוואוינט.
דער העכסטער פונקט אין דער שטאט איז מאונט גריילאק, וועלכער איז בערך 1,064 מעטער הויך. דער קאנעטיקעט טייך איז איינער פון די וויכטיגסטע טייכן אין דער שטאט. אנדערע וויכטיגע טייכן זענען דער טשארלס טייך און דער מערימאק טייך.
די קעיפ קאד האלב אינזל און די אינזלען מארט'ס וויניארד און נענטאקעט זענען באקאנטע טיילן פון מאסאטשוסעטס.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאסאטשוסעטס פארמאגט איינע פון די מערסט אנטוויקלטע און פארשידנארטיגע עקאנאמיעס אין די פאראייניגטע שטאטן. די סטעיט רעגירונג רעכנט לעבנס וויסנשאפטן און געזונטהייט, פארגעשריטענע פראדוקציע און ראבאטיקס, פינאנציעלע סערוויסעס און בילדונג צווישן די הויפט געביטן פון דער סטעיט'ס עקאנאמיע.[9]
הארווארד אוניווערסיטעט, געגרינדעט אין 1636, געפינט זיך אין קעמברידזש, און איז די עלטסטע אינסטיטוציע פון העכערע בילדונג אין די פאראייניגטע שטאטן. אינאיינעם מיט MIT און אנדערע אוניווערסיטעטן און פארשונגס אינסטיטוציעס האט דאס געהאלפן אנטוויקלען דעם באסטאן געגנט אלס א וויכטיגן צענטער פאר וויסנשאפט, טעכנאלאגיע און ביאטעכנאלאגיע.
דער באסטאן געגנט איז אויך א וויכטיגער צענטער פאר שפיטעלער און מעדיצינישע פארשונג. די פארבינדונג צווישן אוניווערסיטעטן, פארשונגס צענטערס און פירמעס האט געהאלפן אויסבויען א גרויסע ביאטעכנאלאגיע און טעכנאלאגיע אינדוסטריע.
לויט דער מאסאטשוסעטס רעגירונג פארנעמט די אינאוואציע עקאנאמיע א גרויסן טייל פון די דזשאבס אין דער שטאט, אריינגערעכנט בילדונג, געזונטהייט, לעבנס וויסנשאפטן און פארגעשריטענע פראדוקציע.[10]
באפעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט דעם 2020 צענזוס האט מאסאטשוסעטס געהאט א באפעלקערונג פון 7,029,917 מענטשן. לויט דער שאצונג פונעם פאראייניגטע שטאטן צענזוס ביורא פון 1טן יולי 2025 איז די באפעלקערונג געווען 7,154,084 מענטשן.[11]
די גרעסטע שטאט איז באסטאן, וועלכע האט געהאט 675,647 איינוואוינער ביים 2020 צענזוס. נאכדעם קומען וואוסטער מיט 206,518, ספרינגפילד מיט 155,929, קעמברידזש מיט 118,403 און לאוועל מיט 115,554 איינוואוינער.[12]
א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין דער גרויסער באסטאן געגנט, וועלכע ציט זיך אויך אריין אין טיילן פון ניו העמפשיר.[13]
מאסאטשוסעטס האט במשך די יארן אויפגענומען אימיגראנטן פון פילע לענדער. לויט די צענזוס ביורא זענען 18 פראצענט פון דער באפעלקערונג געבוירן געווארן אויסער די פאראייניגטע שטאטן אין די יארן 2020 ביז 2024.[14]
אידן אין מאסאטשוסעטס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאסאטשוסעטס פארמאגט א גרויסע אידישע באפעלקערונג. דער גרעסטער אידישער יישוב געפינט זיך אין דער געגנט פון גרויסער באסטאן, אריינגערעכנט ברוקלין, ניוטאן און אנדערע שטעט און געגנטן ארום באסטאן.
אין דער געגנט זענען פאראן פילע בתי כנסת, ישיבות, כוללים און אנדערע אידישע מוסדות. בראנדייס אוניווערסיטעט, וועלכער געפינט זיך אין וואלטהאם, איז א אוניווערסיטעט וועלכער איז געגרינדעט געווארן אין 1948 און איז נאכ'ן נאמען פונעם אידישן אמעריקאנער ריכטער לואיס ברענדעיס.
רעפערענצן
- ↑ U.S. Census Bureau QuickFacts: Massachusetts. U.S. Census Bureau.
- ↑ 2020 Census: Massachusetts Cities. U.S. Census Bureau.
- ↑ Why is Massachusetts a Commonwealth?. Mass.gov.
- ↑ John Adams and the Constitution of the Commonwealth of Massachusetts, 1780. Secretary of the Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ Historical Sketch of Massachusetts. Secretary of the Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ Historical Sketch of Massachusetts. Secretary of the Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ Historical Sketch of Massachusetts. Secretary of the Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ John Adams and the Constitution of the Commonwealth of Massachusetts, 1780. Secretary of the Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ Massachusetts Economic Development Plan. Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ The DRIVE Initiative. Commonwealth of Massachusetts.
- ↑ U.S. Census Bureau QuickFacts: Massachusetts. U.S. Census Bureau.
- ↑ 2020 Census: Massachusetts Cities. U.S. Census Bureau.
- ↑ 2020 Metropolitan New England City and Town Areas. U.S. Census Bureau.
- ↑ U.S. Census Bureau QuickFacts: Massachusetts. U.S. Census Bureau.
| די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
|---|---|
| אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד | |