אייאווע

פֿון װיקיפּעדיע
אייאווע
State of Iowa
www.iowa.gov
היסטארישע בילד ווי האוערד דין לאזט ארויס א היסטעריש קוויטש נאכן פארלירן די דעמאקראטישע אייאווא קאוקוס אין 2004 פרעזידענט קאמפיין
פרעזידענט בוש עסט רויע קוקוריזע אין אייאווע

אייאָווע (Iowa) איז איינע פון די 50 שטאַטן פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

זי ליגט און מיטל-מערב פון דעם לאנד, גרענעצט זיך מיט מינעסאטע אויף צפון, סאוט-דעקאטע און נעבראסקא אויף מערב, מיזורי ביי דרום, און וויסקאנסין און אילינוי ביי מזרח.

א לאנגער שמאלער טייך וואס רופט זיך דער מיסיסיפי טייך לויפט דורך דער גאנצער מזרח גרענעץ פון אייאווע, דער טייך פארמירט אויס דער גאנצער מזרח גרעניץ.

פון מערב לויפט אויך דורך א לאנגער שמאלער טייך וואס רופט זיך דער מיזורי טייך, וואס פארמירט אויס די דרום-מערב גרענעץ, וואס גרענעצט זיך מיט נעבראסקא.

דער מיזורי טייך און דער מיסיסיפי טייך זענען די צוויי לענגסטע טייכן און אמעריקע (מיזורי גרעסער), זיי ציען זיך אויפן גאנצן לענג פונעם לאנד, פון כמעט לעבן קאנאדע אין צפון, אין מינעסאטע ביז גאנץ אונטן דרום ביי ניו ארלינס, לואיזיאנא. זיי זענען לאנגע שמאלע טייכן אזא גאטונג ווי דער נילוס און מצרים.

די הויפט שטאט און די מערסטע באוואוינסטע שטאט איז דע מוין (Des Moines).

אנדערע גרויסע שטעט זענען:

די באפעלקערונג לויטן 2020 צענזוס איז 3,190,369

די עיקר עקאנאמיע אין אייווא באשטייט פון פעלד ארבעטער און פארמערס וואס פראדוצירן ווייץ און קוקוריזע.

אייאווא באקומט יעדע פיר יאר די אויפמערקזאמקייט פון דעם גאנצן לאנד, צוליב וואס ער איז דער ערשטער שטאַט וואס האלט אפ די פארטיי וואלן פאר פרעזידענט, וואס רופט זיך די "אייאווא קאוקאס". דאס איז בלויז אן הקדמה צו די אלגעמיינע וואלן. די קומענדיגע שטאטס וואלן, ניו העמפשיר, איז הערשט צוויי וואכן שפעטער. דעריבער טוען אלע קאנדידאטן, פון די פראמינענטסע ביז די אומבאקאנטע שמויגערלעך, שווענדן דארט פיל מיט צייט און געלט, ווייל אלע פרובירן צו האבן די ערשטע געווינס, אזוי האט די אויבערהאנט און מאמענטום פאר די קומענדיגע שטעט. די קאנדידאן שטעלן זיך אהער אלס "FARMERS FRIENDLY" פריינטליך צו פעלד ארבעטער, ווי זיי לאזן זיך ווידעא-פאטראגראפירן ווי זיי עסן רויע קוקוריזע, אזאך וואס פארמערס טוען.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד