קאלאראדא
| אריגינעלער נאמען | Colorado |
|---|---|
| אפיציעלער נאמען | State of Colorado |
| צונאמען | Centennial State |
| קאנטינענט | צפון אמעריקע |
| ראיאן | מערב פאראייניגטע שטאטן |
| לאנד | פאראייניגטע שטאטן |
| הויפטשטאט | דענווער |
| גרעסטע שטאט | דענווער |
| שטח | 269,837 ק״מ² |
| פלאץ צווישן די שטאטן | 8טער לויט שטח |
| באפעלקערונג | בערך 6 מיליאן |
| פלאץ צווישן די שטאטן | 21סטער לויט באפעלקערונג |
| העכסטער פונקט | מאונט עלבערט
4,401 מעטער |
| נידעריגסטער פונקט | אריקארי טייך
1,011 מעטער |
| צייט זאנע | Mountain Time |
| אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן | 1טן אויגוסט 1876 |
| סדר | 38סטער שטאט |
| קאונטיס | 64 |
| פאסט קאד | CO |
| ISO קאד | US-CO |
| שטאט בלום | Rocky Mountain columbine |
| שטאט פויגל | Lark bunting |
| וועבזייטל | co.gov |
קאלאראדא (ענגליש: Colorado) איז א שטאט אין דעם מערב טייל פון די פאראייניגטע שטאטן. זי גרעניצט זיך מיט ווייואמינג אין צפון, נעבראסקא און קענזאס אין מזרח, ניו מעקסיקא אין דרום, און יוטא אין מערב.
די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון קאלאראדא איז דענווער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער שטח פון היינטיגן קאלאראדא איז אמאל באוואוינט געווארן דורך פארשידענע אינדיאנער פעלקער. דער טעריטאריע איז געווארן א טייל פון די פאראייניגטע שטאטן אין דעם 19טן יארהונדערט. אום דעם 1טן אויגוסט 1876 איז קאלאראדא אריינגענומען געווארן אלס דער 38סטער שטאט.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א גרויסער טייל פון קאלאראדא ווערט באדעקט דורך די ראקי בערג. דער שטאט איז באקאנט מיט אירע הויכע בערג, וועלדער און ברייטע פלעינען.
אירע הויכע בערג שפיצן וועלכע זענען אינעם ווינטער פולקאם איבערגעדעקט מיט שניי, ציען צו זיך פיל טוריזם. אמעריקאנער באטיטלען קאלאראדא אלס "די קליינע שווייץ".
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויכטיגע טיילן פון דער עקאנאמיע זענען טוריזם, טעכנאלאגיע, פראדוקציע, לאנדווירטשאפט און מינעראלן.
באפעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין און ארום דענווער.די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 5,773,714
אידן אין קאלאראדא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דענווער און אנדערע שטעט אין קאלאראדא געפינען זיך פארשידענע יידישע קהילות און מוסדות.

| די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
|---|---|
| אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד | |